נייע רעזשיסארן/נייע פילמען פעסטיוואל
דער נייע רעזשיסארן/נייע פֿילמען פֿעסטיוואַל (ענגליש: New Directors/New Films) איז אַ יערליכער פילם פֿעסטיוואַל, וואס קומט פאר אין ניו יארק סיטי אינעם לינקאלן צענטער, און ווערט אָרגאַניזירט דורכן מוזיי פון מאדערנער קונסט און פֿילם געזעלשאַפט פונעם לינקאָלן צענטער.
דער פעסטיוואל קומט פאר געווענליך אינמיטן מערץ, און איז זייער א באַוואוסטער פֿעסטיוואַל, זייענדיג דער פראמינענסטער פעסטיוואל אינעם קונסט ראנג.
דער פֿעסטיוואַל טוט געווענליך אויסקלויבן פֿילמען פֿון ערשט-מאליגע רעזשיסארן, אזעלכע וואס די פעסטיוואל פראפעסארן שמעקן, אז זיי וועלן ווערן שפעטער באוואוסט מיט א הויכער קאריערע. דער פֿעסטיוואַל און די פֿילמען ווערן געדעקט דורך דער נאציאנאלער פרעסע, ווי די ניו יארק טיימס און וואַריעטי.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער פעסטיוואל איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1972, און ער הייסט דער עלטסטער און גרעסטער פילם-פֿעסטיוואַל אין ניו יארק.
די פילם געזעלשאַפט ברענגט ארויס די אמעריקאנער זעלבשטענדיגע סינעמאַ און וועלטליכע סינעמאַ, און אנערקענט און שטיצט נייַע פילממאַכערס. אינעם פארגאנגענהייט, האט די פילם געזעלשאַפט שוין באקאנט געמאכט פארן אמעריקאנער פובליקום, די אַרבעט פון פיל וועלטס בארימטע פילממאַכערס.
לינקאָלן צענטער איז די העכסט באקאנטער אָרט פון גאנץ אמעריקע - פֿאַר פארשטעלונג און קונסט; און דער מוזיי פון מאָדערן קונסט (אויך באקאנט אלץ: MoMA) איז איינע פון די מערסט באקאנטע מוזייען אין אמעריקא, פֿאַר פייַן קונסט - ווי געמעל, סקולפּטור, א.ד.ג.
יעדעס יאָר טוט די אָרגאַניזאַציע פארשטעלן דעם גאַלאַ טריביוט, באַעהרנדיג לעגענדארע שטערנס און אינדוסטריע פירער, אינעם לינקאלן צענטער.
אין יאר 2017 טוט דער פעסטיוואל אויפשפילן א יידישע פילם מיטן נאמען מנשה.