מנשה לוסטיג

מנשה לוסטיג (ענגליש: Menashe Lustig; איז דער בינע-נאמען פון משה מרדכי לאפֿפֿלער (געבוירן ז' אדר ב' ה'תשל"ח | 16טן מערץ 1978), איז באקאנט אלץ א יידישער פַּאראָדיסט, פּאַנטאָמיק, פילם אַקטיאָר, דענקער, לינגוויסט, פּראָזאַיִקער און סצענאר שרייבער.
זיין סטיל איז אויף אַ הומאריסטישן שטייגער, מיט זיין שרייבן, און ספעציעל דורך לאַכערייַקע ווידעא קליפס און געלונגענע בילדער.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מנשה איז געבוירן אין שיכון סקווירא, ניו יארק, וואו ער איז אויפגעוואקסן, אינעם שטעטל פונעם סקווערער רבי'ן.
ער האט חתונה געהאט ט"ז סיון ה'תשס"א אין סטעמפארד היל, לאנדאן, און עטליכע יאר שפעטער ו' אדר ראשון ה'תשס"ח איז זיין ווייב פלוצלינג אוועק ל"ע, דאן האט ער זיך אלץ אלמן צוריקגעקערט מיט איין פאר'יתומ'ט פיר יעריג יונגל קיין אמעריקע זיין היימלאנד.
קאריערע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז אַ פאָלקס פיגור צווישן דעם ארטאדאקסישער יודנטום וואס זעט היימישע קליפס אויף דער אינטערנעט, ער איז אן אפציעלער פילם אקטיאר און ער ווערט אויך גענוצט אויף רעקלאמעס פאר פירמעס א.ד.ג. ער האט פארדינט פּאָפּולאַריטעט נאָך דער ערשטער לאַכערייַקע ווידעא באבי לייג אראפ דעם טרייבל, וואס איז פארשפרייט געווארן בליץ שנעל.
זיינע נאכפאלגענדע אומצאליגע לאַכערייַקעס, צום ביישפיל: סובסעטוט אין חדר, און שלום עליכם, ווערן געקוקט דורך צענדליגע טויזענטע, מיט אומ'איינגעהאלטענע געלעכטער, וואס קוועלן פארגעניגן פון זיין נאטורליכן שטייגער פון אויסשפילן לאַכערייַקעס און סצענעס.
ער האט דאס געלאזט פארשפרייטן פארן צוועק משמח צוזיין צובראכענע הערצער, די קליפס האט ער אליין צוזאמגעשטעלט, פארגעשריבן און געצייגט וויאזוי צו פילמען, און ער איז טאקע געווען פון די ערשטע חרדישע הומאריסטישע קליפס אויף אינטערנעט, און איז פאררעכענט פון די בעסטע חרדישע קאָמעדיאנטן, ביים היימישן יודענטום.
מנשה ווערט היינט גערעכענט, פון די באנייער פון דער אמאליגער קאמעדיע, און באזונדער צייגט זיך ארויס זיין אויטענטישקייט, זייענדיג זייער נאטורליך געאייגענט, וואס באנעמט אלע מיט לאכעדיגע פארגעניגן. און די כח פון פאנטאזיע וואס ער ניצט ביים פארשפילן, ווערט גאר באוואונדערט, ווי ער נעמט אריין די צושויער אינעם מצב ווי ער וויל זיי פירן, און מ'שפירט זיך ממש אינעם סצענע.
אינעם היימישן זשורנאל דער בליץ אום אדר ב' תשע"א, איז מנשה ערשינען, מיט א פולער פיקטיווער ערציילונג, ווי ער וואלט אויסגעפירט עפעס א היסטאריש עסקנות, טרעפנדיג זיך מיט די וועלטס גרעסטע שושקעס. 'די וואך' אויף פורים נוצט אמאל מנשה אלס פארענט דעקל מיט א הומאריסטישן שטייגער.
מנשה האט שוין אסאך געשפילט אויף דער טריבונע ביי היימישע פארשטעלונגען, און איז אסאך יארן געווען דער הויפט ראלע ביים פורים-שפיל אינעם סקווערן הויף.
זינט תש"ע, האט ער אנגעהויבן מיט אודיו און ווידעא הומאר, אויף סידי'ס, ווי צום ביישפיל, 'שמייכלסוויל', 'בונדאש', - וואו איז די קאווער פון די גרעיפדזשוס - אוידיא, און 'מיין קינד טרעף מיך' מיכאל שניצלער, ווידעא. אויף קול מבשר יודיש אינפארמאציע, אינעם פורים אפטיילונג, טוט ער ערשיינען מיט יואלי לעבאוויטש צוזאמען.
אום ווינטער תשע"ז איז אנגענומען געווארן אין די אינטערנאציאנאלע וועלטס פעסטיוואלן א פילם מיטן נאמען מנשה[1] וואס שילדערט א תקופה אין זיין לעבן, און צוליב דעם איז ער אפיציעל באקאנט געווארן אין די אלוועלטליכע קונסט דזשאנער.
שרייבער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מנשה איז אויך א געפילישע שרייבער, אויפ'ן אמאליגער שטייגער, א שטייגער אזויווי 'שלום עליכם' און 'דוד זאריצקי'.
טייל פון זיינע ארטיקלען געפונען זיך אויף היימישע בלאג'ס, אוואו ער שרייבט מיט א פרייע פענע. און כאטש ער שרייבט שוין פאר צענדליגע יארן ארטיקלען וואס ערשיינען באשיידן פארן לאקאלן ציבור, אבער דאס שפילען אויף פילמען האט ער הערשט אנגעהויבן אום יאר תשס"ו אין לאנדאן און איז היינט ממשיך אין ניו יארק.
אויך פארמאגט ער א זעלטענע חוש וויאזוי צו איבערטייטשן צו אידיש פון עברית און ענגליש, ווי זיינע ארטיקלען ווערן וואונדערליך געליינט דורך אזעלכע וואס זענען נישט לייענער, און האבן נישט דעם געווענלעכן רייץ צו ליינווארג, וויבאלד זיין שפראך געבט זיך שטארק אראפ מיט לעבעדיגע פארבן און קלארע שילדערונג.
מענטשן קענען מנשה אלץ א 'גוט-ווארט' זאגער, וואס האט אייגענע סלאגאנען אויפן צונג. ווי צום ביישפיל: "דאס לעבן איז נישט קיין ווערטל, אבער עס דארף א ווערטל". אדער, "אז מ'האט געמאכט א טעות אז כ'בין פריילעך, ווארשיינלעך בין איך טאקע". מיט די צייט איז ער ערשינען מיט א אפציעלע בוך פון זיינע ערשטע הונדערטע שפריכווערטער, גענומען פון זיין ערפארונג אין לעבן. דערמיט געבט ער ארויס זיינע געדאנקן, וויאזוי מ'קען איבערלעבן אסאך פראבלעמען אין לעבן, מיט'ן זיין פריילעך און אויך משמח זיין אנדערע.
פילמאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מנשה [תשע"ז]
- צדיקת [תשע"ח]
- אי"ה ביי דיר [תשע"ח]
- שמירה [תשע"ט]
- דער גולם [תשפ"ה]
זיינע פראדוקציעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לאַכערייַקעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- הצלה - 2012 [DVD]. (אין יוטוב:
- די קאָמעדיע קליפּס קאלעקשען חלק א' [DVD]
- יענס געלעכטער קאלעקשען חלק א' [DVD]
אוידיא סידי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- צעפראסקעט [פורים תשע"ד]
- וואו בינעך? [פורים תשע"ה]
ליטעראטור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זאל זיין געלעבט, ערשינען ווינטער ה'תשע"ג.
- פערציג קאפיטלען פון מיין לעבן (אויטאביאגראפיע), ערשינען ווינטער תשע"ט.
- מיינע שפריכווערטער (אין זיבן שפראכן), ערשינען פרילינג תשפ"א.
- לאמיר דיר פרעגן (3000 פראגעס), ערשינען חנוכה תשפ"ו.