שמירה (פילם)

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


שמירה (ענגליש: The Vigil) איז א אמעריקאנער כשר'ע שוידער פילם, אין ענגליש און א טייל אין יידיש, געשפילט דורך פראפעסיאנעלע אקטיארן.

א געשיכטע וועגן א מזיק וואס האט געשוועבט אינעם שטוב פון א עלטערע פארפאלק - מלחמה איבערלעבער; ווען דער אלטער איז געשטארבן, האט דער רב געצאלט פאר א יונגער אויסווארף, אז ער זאל היטן - ווי די הלכה פארלאנגט - אויפ'ן טויט'ן קערפער. און דער קאַמף צווישן רעאליטעט און אילוזיע, וואס ס'האט זיך דארט אפגעשפילט איבער'ן נאכט, איז א אויספירליכע צאפעל'דיגע געשיכטע.


דער פילם איז געשריבן און רעזשיסירט דורך קיט טאמאס, און פראדוצירט דורך דעני פֿינקלמאַן - דירעקטאר פונעם 'ספּאַרקס-נעקסט' פילעם פּראָדוקציע פירמע.

אקטיארן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אום דעצעמבער 2019 איז די ווידזשעל אויפגעשפילט געווארן צום ערשטן מאל, אין דער טאראנטא אינטערנאציאנאלער פילם-פעסטיוואל, שפעטער אינעם 'אינטערנאַציאָנאַלע פאַנטאַסטיש פילם פעסטיוואַל - אין געראַרדמער פראנקרייך, און אום מרץ 2020 אין סאַוט-ביי-סאַוטוועסט פעסטיוואל אין אסטין טעקסאס.

צוליב די קאראנאווירוס אויסברוך, איז אביסל פארשפעטיגט געווארן די צייט פלאן, און אום יולי 2020 האט עס געשפילט אין עטליכע לענדער אין אייראפע; אין גרויסבריטאניע, אין פראנקרייך, אין דייטשלאנד, און שפעטער אינעם יאר אין די פאראייניגטע שטאטן.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]