אויטאביאגראפיע
מראה
אויטאביאגראפיע (פון גריכיש: αὐτός-אויטאס זעלבסט, און βίος-ביאס לעבן, און γράφειν-גראפֿיין שרײַבן) איז א ביאגראפיע וואס א מענטש שרייבט איבער זיך זעלבסט.
אדער, אן אנדערער שרייבט איבער אים, לויט וואס ער זעלבסט האט פארציילט פאר דעם שרייבער.
דאס הייסט; אז ס'דא אזעלכע אויטאביאגראפיעס, וואס ווערן געשריבן דורך א צווייטן - נישט דורך דעם מחבר, און יענער ווערט אנגערופן א גייסט-שרייבער [ענגליש: ghostwriter], דאס מיינט, אז דער מחבר נעמט א גוטער שרייבער, און מאכט מיט אים א קאָנטראַקט צו באשרייבן זיינע איבערלעבענישן. אבער די נאמען אויפ'ן ביכל איז פונעם מחבר - נישט פונעם שרייבער, ווייל יענער נעמט בלויז אלע דעטאלען פונעם איבערלעבער, און מאכט עס מער פליסיג און מיט א פראפעסיאנאלער שפראך.