זאל זיין געלעבט
זאל זיין געלעבט איז א היימיש יידיש ביכל, דאס ערשטע אפציעלע ביכל, וואס איז ערשינען דורך מנשה לוסטיג, וואס איז באקאנט אלץ א טאלאנטפולער שרייבער און אקטיאר.
זייענדיג גאר א טיפע בעל מחשבה, טוהט ער ארויסהייבן סעסעטיווע שטריכן פון דאס מענטשהייט געפירעכטס, וואס איז צומאל גורם צום שמייכלען און אלגעמיין אין שטארקע הנאה פונעם אוטענטישקייט פונעם געשריבענעם ווארט.
לעולם איז מנשה א בן בית אינעם עולם המחשבה, געווענליך פלעגט ער פארצייכענען זיינע השגות אין מעמוארן - ווי אט אין די שורות וואס געפונען אינעם דאזיגע ביכל פארמאט, אבער וויבאלד דאס היינטיגע וועלט אנשויאונג איז מער צו קוקן און הערן, ווידעאוס און בילדער, האט מנשה געשאנקן דעם הנאה וועלט, א רייע פון קליפס און בילדער צום פארגעניגען און צום לאכן, אויף וואס ער איז בעיקר דערויף באקאנט אלוועלטליך.
טראצדעם, טענה'ט מנשה, אז עס איז עהם מער א הנאה צו פראדוצירן שרייבעריי, איידער ווי אנדערע אינטערהאלטונג אקטן.
אינהאלט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אינעם דאזיגע ביכל, איז איינגעהילט עטליכע פרקים אין פארשידענע טעמעס, סיי פון די יאר סעזאנען און סיי פון ספעציעלע זמנים אינעם יאר. א ספעציעלע מקום פארנעמט די ביכל איבער געזונטהייט, וועגן מענטשהייט געפירעכטס בכיסו ובכוסו.
צו די זייט, עטליכע ערנסטע מאמרים, אין א צייט פון דערהויבנקייט, וואס געבט נישט ווייניג געפיל און התרגשות.
אויך איז פארהאנען אריבער 150 סלאגאנען, וואס זענען ווי ראשי פרקים צו מחשבות און טעמעס וואס מנשה לוסטיג באזירט דערויף זיינע פילצאליגע מעמוארן.