לוי אשכול
געבורט |
25 אקטאבער 1895 ז' חשוון ה'תרנ"ו קיעוו, רוסלענדישע אימפעריע | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
טויט |
26 פעברואר 1969 (אלט 73) ח' אדר ה'תשכ"ט ירושלים, ישראל | ||||||
מדינה | ישראל | ||||||
קבורה ארט | הר הרצל | ||||||
באשעפטיגונג | פאליטיקער | ||||||
פארטיי | מפא"י, ארבעטס-פארטיי | ||||||
ווייב |
רבקה מהרש"ק (1922-1927), אלישבע קפלן (1930-1959), מרים זעליקאוויטש (1964-זיין פטירה) | ||||||
| |||||||
חתימה | |||||||
לוי אשכול (לוי עשקאָל; געבוירן אין רוסלאנד מיטן נאמען לוי יצחק שקאלניק; 25סטן אקטאבער 1895, ז' חשוון ה'תרנ"ו - 26סטן פעברואר 1969, ח' אדר ה'תשכ"ט) איז געווען דער דריטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן געווארן ז׳ מרחשון תרנ"ו צו זיין פאטער יוסף שקאלניק און זיין מוטער דבורה (קראסניינסקי). ער איז ארויף קיין ארץ ישראל אינעם יאר ה'תרע"ד (1914) ביי דער צווייטער עליה.
אין יאר 1963 איז ער איז געווארן פרעמיער מיניסטער נאך וואס דוד בן גוריון האט פורש געווען פון זיין פרעמיער מיניסטער.
פאר דעם זעקסטאגיקער קריג האט ער געמוסט שענקען פאר משה דיין צו זיין דער זיכערהייטס מיניסטער (כאטש וואס משה דיין האט באלאנגט צו דער אפאזיציע) צוליב דעם וואס יגאל אלון האט דאן פארברענגט ביי א קאנגרעס אין דעם ראטן פארבאנד.
די קנאים פלעגן אים רופן מיט דער מליצה "אשכול הכופר" (גענומען פון שיר השירים א, יד).
ער איז נפטר געווארן פון א הארץ אטאקע אין 1969. א טייל האבן באשולדיקט דאס פאלק פארן דרוקן אויף אים פארן זעקס טאגיקער קריג אז ער זאל שטעלן משה דיין, פאר זיכערהייטס מיניסטער, און די באפעלקערונג האט נישט געגלייבט אין אים.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מיט זיין ווייב, רבקה מהרש"ק (בזיווג ראשון) האט ער איין קינד א בכורה, נועה (אשכול).
מיט זיין ווייב, אלישבע קאפלאן (בזיווג שני) האט ער דריי קינדער, דבורה (רפאלי), תמה (שוחט) ווייב פון אברהם בייגה שוחט און עופרה (נבו).
זיין ווייב בזיווג שלישי איז געווען מרים זעליקאוויטש.
פרעמיער מיניסטארן פון ישראל | |||
---|---|---|---|
|
דוד בן-גוריון · פנחס לבון · דוד בן-גוריון (ווידער) · לוי אשכול · משה דיין · שמעון פרס · עזר ווייצמאן · מנחם בעגין · אריאל שרון · מנחם בעגין (ווידער) · משה ארענס · יצחק ראבין · יצחק שמיר · משה ארענס · יצחק ראבין (ווידער) · שמעון פרס (ווידער) · יצחק מרדכי · משה ארענס · אהוד ברק · בנימין בן אליעזר · שאול מופז · עמיר פרץ · אהוד ברק · משה יעלון · אביגדור ליבערמאן · בנימין נתניהו · נפתלי בענעט · בעני גאנץ |