בנימין בן אליעזר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Fuad.jpg

בנימין פֿואַד בן אליעזר (געב' דעם 12טן פעברואר 1936) איז א כנסת מיטגליד, און א געוועזענער הויכער אפיציר אין צה"ל. ער איז געווען פארטיידיקונג מיניסטער אין ישראל, און האט אויך געהאלטן אנדערע מיניסטארישע אמטן.

לעבנסגעשיכטע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

בן אליעזר איז געבוירן געווארן דעם 12טן פעברואר 1936 אין דער שטאט באצרא, איראק, צו זיינע עלטערן צאלאח און פֿרחה. זיין נאמען ביים געבוירן איז געווען פֿואד, זיין צונאמען ביז היינט אין ישראל. זיינע עלטערן האבן געמאכט עליה אין יאר 1950, דעמאלט האט ער זיך געטוישט דעם נאמען אפיציעל צו בנימין.

אין יאר 1954 איז בן אליעזר אריין אין מיליטער אין דער גולני בריגאדע אלס א קעמפער, ער איז געשטיגן אויפן מיליטערישן לייטער אלס אפיציר. ביי דעם לבנון ברודער קריג, האט ער געהאלפן די קריסטן אין מערערע הינזיכטן, ווי אויך אנקניפן באציאונגען צווישן די קריסטליכע לבנון מיט ישראל.

אין 1982, האט ער פארלאזט די ארמיי, און זיך געוואנדען צו פאליטיק. ער האט אנגעהויבן אין א פארטיי וואס עזר ווייצמאן האט געגרינדעט. נאך די וואלן איז ער אריין אין כנסת. די פארטיי האט זיך פאראייניגט מיט די עבודה, ווי ער האט געדינט אלס מיניסטער אין עטליכע רעגירונגען.

אין 1994 האט יצחק רבין, אים געשיקט קיין טוניסיע, זיך צו טרעפן מיט יאסער אראפאט.

אין 2001 האט אריק שרון אים געשטעלט אלס פארטיידיגונגס מיניסטער. אין זיין תקופה האט זיך אנגעהויבן די אינטיפאדע.

היינט איז ער פון די עלסטע אמטירנדע כנסת דעפוטאטן, פון דער ארבעט פארטיי.