אהוד ברק
פֿון װיקיפּעדיע
אהוד ברק, (פעברואר 12, 1942)דער 10'טער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל. די אינטיפאדא און דער ארויסציען זיך פון לבנון איז געווען אין זיינע יארן. יעצט איז דער אנפירער פון די ארבייטער פארטיי, און זיכערהייט מיניסטער אין די קאליציע פון אהוד אולמערט.
פארדעם איז ער געווען רמטכ"ל "קאמאנדיר פון די ארמיי"
נאכען אפטרעטן פון אמט וועלענדיג צוריק גיין צו ביזנעס האט אים רבין גענימען אלץ אינערן מיניסטער, נאכען אטענטאט אויף רבין געווארען אויסערן מיניסטער, 1996 איז ער געווארען א חבר הכנסת פון עבודה פארטיי און יוני 1997 איז ער ערוועהלט געווארען אלץ די פירער פון עבודה פארטיי.
און 1999 איז ער געלאפען פאר פרעמיער מיניסטער און געווינען מיט 56% קעגען בנימין נתניהו.
אין 2001 ווען ער האט שוין נישט געהאט די קאאליציע אין רוב האבען געוואלט פריע וואלען האט ער אפגעטראטען און פאר ריפען ספעציעלע וואלען פאר פרעמיער מיניסטער, ער האט פארלוירען קעגען אריאל שרון געבענדיג שרון א 62% אין די וואלען.
וואס האט צוגעברענגט צו זיין פארלירען קאאליציע און פרעמיער מיניסטער אמט איז די קעמפ דייוויד שלום אפמאך און די נאכפאלגענדע אינטיפאדא, מיט די דורכגעפאלענע שלום מיט סיריע.
[באַאַרבעטן] זיין אגענדע
ער איז געווען גרייט זיך צוריקצוציען צו די גרענעצן פון ה'תשכ"ז (1967), אפגעבן סיריע דעם גולן, און פארגעשלאגן אראפאטן 97% פון די שטחים, און דער אלטער שטאט פון ירושלים און שותפות אויפן הר הבית.
| פרעמיער מיניסטארן פון מדינת ישראל | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
| פארטיידיגונג מיניסטארן אין ישראל דוד בן גוריון | פנחס לבון | דוד בן גוריון (ווידער) | לוי אשכול | משה דיין | שמעון פרס | עזר ויצמן | מנחם בעגין | אריאל שרון | מנחם בעגין (ווידער) | משה ארענס | יצחק רבין | יצחק שמיר | משה ארענס | יצחק רבין (ווידער) | שמעון פרס (ווידער) | יצחק מרדכי | משה ארינס | אהוד ברק | בנימין בן אליעזר | שאול מופז | עמיר פרץ |
