אביגדור ליבערמאן
פֿון װיקיפּעדיע
חבר הכנסת אביגדור ליבערמאן.
אביגדור ליבערמאן (געבורן 5 יוני 1958) איז א חבר הכנסת, אן עולה פון געוועזענעם סאוועטן פארבאנד פון מאלדאווע, ער איז געווען א שר און א סגן ראש הממשלה אין געוועזענעם ארץ ישראל פרעמיער מיניסטער אהוד אולמערטס קאאליציע רעגירונג. ער איז געווען דער שטאב הויפט פון געוועזענעם ארץ ישראלדיגן ראש הממשלה מר ביבי נתניהו.
ער פירט אן און האט געגרינדעט דאס דריטער גרעסטער פארטיי אין ארץ ישראל ישראל ביתינו.
ער ווערט פארעכענט פאר א רעכטן פאליטיקער, זייער שארף עקסטרעם קעגן די פאליסטינער אין מיטל מזרח קאנפליקט. [1] - אין זיינע אינגע יארן איז ער געווען א מיטגליד אין דער גרופע כ"ך. [2].