משה ארענס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
משה ארענס

משה ארענס (געבוירן 27סטן דעצעמבער 1925, קאוונע, ליטע) איז געווען ישראל אמבאסאדאר אין די פאראייניקטע שטאטן. א כנסת דעפוטאט פון דער ליכוד פארטיי אוון א מיניסטער אין עטליכע רעגירונגען. פון פאך אויס איז ער אן עראפלאן אינזשעניר.

ארענס איז געבוירן אין קאוונע דעם 27סטן דעצעמבער 1925, און אין יאר 1939, האט זיין פאמיליע זיך אריבערגעצויגן קיין ניו יארק. ער האט געדינט אין דער אמעריקאנער ארמיי, ביי דער ענדע פון דער צווייטער וועלט מלחמה, און אין 1948 האט ער געמאכט עליה, און געקומען וווינען אין ישראל.

ארענס איז אריין אין כנסת אין יאר 1973, וואו ער האט געדינט אין פארשיידענע פאזיציעס. אין 1983, ווען אריק שרון איז געפונען געווארן פאראנטווארטליך אין די סאברא און שאטילא מאסן מארד, דורכאויס די ערשטע לבנון מלחמה און איז אויפגעזאגט געווארן. האט מנחם בעגין אויפגענומען ארענס אלס זיכערהייטס מיניסטער, א פאסטן וואס ער האט אנגעהאלטן אויך אונטער יצחק שמיר.

נאכן "שמוציקע פרווו" פון שמעון פערעס, ווען די עבודה איז ארויסגעווארפן געווארן פון דער קאאליציע, איז ער ווידעראמאל געווארן א מיניסטער, דאס מאל אויסערן מיניסטער. ווען שמיר האט פארלוירן די וואלן אין 1992, האט ער דערקלערט אז ער טרעט ארויס פון פאליטיק, אבער ער האט זיך אומגעקערט, און האט געדינט נאכאמאל אלס זיכערהייטס מיניסטער, אונטער בנימין נתניהוס ערשטע קאדענציע, נאכן איבערנעמען יצחק מרדכי.

ער ווערט פארעכנט אלס רעכטער, ער האט אטאקירט שרון, קודם פארן נישט ענטפערן קעגן די פאלעסטינער טעראריזם, אנהייב פון על אקצא אינטיפאדע, שפעטער פארן ריקצוג פלאן פון עזה שטרייף.

אין יאר 2003 האט ער ארויסגעטרעטן פון פאליטיק. ער פארנעמט זיך היינט מיט פארשונגען, ווי אויך פארעפנטליכט ער ארטיקלען פון צייט צו צייט, אין הָאָרץ.

ער האט ארויסגעגעבן א בוך "דגלים מעל הגטו" (פענער איבער דער געטא), וואו ער פארשט די אקטיוויטעטן פון דער יידישער מיליטערישער פאראייניקונג אין דער ווארשעווער געטא, און זייער ראלע אין די געטא אויפשטאנד.