אריאל שרון
אַרִיאֵל שָׁרוֹן אָדער אַריק שאַראָן (געב' 26סטן פעברואר 1928) איז געוועזן דער עלפֿטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישׂראל. ער האט געהערשט פון יאָר 2001 ביז יאַנואַר 2006. אויך איז ער געוועזן דער פירער פון ליכוד'ס-פּאַרטיי פון סעפטעמבער 1999 ביז נאָוועמבער 2005.
אין נאָוועמבער 2005 האָט ער אויפגעשטעלט א נייע פאליטישע פארטיי מיטן נאמען קדימה, אָבער באַלד אום 4 יאַנואַר 2006 האָט אים אַן אנפאל אָנגעכאַפט און ער איז אין שפיטאָל אריין.
אום 15 אָגוסט 2005 האָט ער איינגעפירט דעם ריקצוג פלאן (התנתקות) און עוואַקואירט אין משך 8 טעג 22 יישובים אין עזה פאס און נאך 4 יישובים אין צפֿון־שומרון און זיי איבערגעגעבן צו פאלאסטין.
[באַאַרבעטן] געשיכטע
אריאל איז געבוירן געוואָרן אום 1928 אין "כפר מאַלאַל", פאלעסטינע (ארץ־ישֹראל). און איז געוועזן אַ גענעראַל לײַטער ביי די ערשטע יאָרן פון די ישראל'ישע רעגירונג פון 1948. ביי די אומאפהענגיקייט מלחמה איז ער געווען א סאלדאט, ווי ער איז שווער פארווונדעט געווארן, און כמעט געשטארבן.
ער האט געגרינדעט די 101טע דיוויזיע, וואס איז שפעטער אריבער צום פאל-שירעם בריגאדע, ביי די סיני מלחמה, און ביי די זעקסטאגיקער מלחמה איז ער געווען פון די הויפט גענעראלן, איינצונעמען דעם סיני האלב אינדזעל, און ביי די יום כיפור מלחמה איז ער אריבער די סועץ קאנאל מיט זיינע זעלנער.
ער איז געווארן זיכערהייטס מיניסטער, אין 1981. אבער נאכן סאברא און שאטילא מארד, האט ער רעזיגנירט, ער איז געווען פון די הויפט שטיצער פון די קריסטן, ביי די לבנון ברודער קריג, אינעם ישראל רעגירונג, אונטער מנחם בעגין. א טייל מענטשן האבן אים באשולדיקט, אז דער קריג פרידן פארן גליל, איז זיין קריג. און מיט דעם האט ער אונטערגעברענגט בעגין.
| פרעמיער מיניסטארן פון מדינת ישראל | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
|
דוד בן גוריון · פנחס לבון · דוד בן גוריון (ווידער) · לוי אשכול · משה דיין · שמעון פרס · עזר ויצמן · מנחם בעגין · אריאל שרון · מנחם בעגין (ווידער) · משה ארענס · יצחק רבין · יצחק שמיר · משה ארענס · יצחק רבין (ווידער) · שמעון פרס (ווידער) · יצחק מרדכי · משה ארענס · אהוד ברק · בנימין בן אליעזר · שאול מופז · עמיר פרץ · אהוד ברק |