משה שרת
פֿון װיקיפּעדיע
משה שרת (שערטאק) איז געווען אויסערן מיניסטער פון ישראל, פון 1948, ביז ווען דוד בן גוריון, האט רעזיגנירט פון די פרעמיערשאפט,
ער איז געווען דער צווייטער פרעמיער (פון 1954 ביז 1955), ווען די פרשה פון פנחס לבון איז באוואוסט געווארן,
דעמאלט איז ער געצווינגען געווען צו אפטרעטן פון אמט, און בן גוריון איז צוריק געקומען צו די מאכט.
דער באנקנאט פון צוואנציק ניי שקל האט זיין בילד,
[באַאַרבעטן] לעבנגעשיכטע
ער איז געבוירן, דעם 15טן אקטאבער 1894, אין דער שטאט כערסאן אין אוקראינע, אין יאר 1906 איז ער געקומען מיט זיין פאמיליע, קיין ארץ ישראל, וואו זיי האבן געוווינט אין אן אראביש דארף, צפון פון ראמאלא, און אין יפו, וואו ער האט זיך אויסגעלערנט אראביש, פאר דעם ערשטן וועלט קריג האט ער געלערנט געזעץ אין אוניווערסיטעט אין איסטאנבול, און ביי דער מלחמה איז ער געווען א זעלנער אינעם טערקישן ארמיי.
נאך דער קריג האט ער אטייל גענומען אינעם פאליטיק, און ער האט געלערנט עקאנאמיע אין לאנדאן, אין 1931, איז ער געווארן פארטרעטער פון חיים ארלאזאראוו, און ווען ארלאזאראוו איז אומגעברענגט געווארן, האט ער פארנומען זיין ארט, אלס הויפט פון לאנדס אפטיילונג פונעם יידישע אגענטור, וואס איז געווען דער אויסערן פאליטיק פונעם ישוב אין ארץ ישראל.
ביי דער דעקלעראציע פון ישראל איז ער געווארן אויסערן מיניסטער, אינעם איבערגאנגס רעגירונג ביז צו די וואלן, און אויך נאכדעם ביז ווען ער איז געווארן פרעמיער, און נאכדעם איז ער צוריק געווארן אויסערן מיניסטער ווען ער האט אפגעטרעטן פון בענקל.
אין 1956, ביי דער סיני מלחמה, האט ער געשטימט קעגן דעם קריג, און דערפאר האט מען אים אויפגעזאגט פון אמט, און איז געבליבן פון בן גוריון'ס געשוווירענע פיינט.
ער איז געשטארבן אום 1965, און ער איז באגראבן אין טרומפלדאר בית עלמין אין תל אביב.
| פרעמיער מיניסטארן פון מדינת ישראל | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|