לדלג לתוכן

בית ישראל (געגנט)

פֿון װיקיפּעדיע
בית ישראל
הרב זאנענפֿעלד גאס (ספרים גמ"ח)
אינפֿארמאציע
שטאט ירושלים
שטח ישראל
קאארדינאטן 31°47′20″N 35°13′22″E / 31.78888889°N 35.22277778°E / 31.78888889; 35.22277778 קאארדינאטן: 31°47′20″N 35°13′22″E / 31.78888889°N 35.22277778°E / 31.78888889; 35.22277778 
נאך באצירקן אין ירושלים
מפה
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
הויז אויף הרב חיים שאול עבוד גאס
בית ישעיה געביידע פון מירער ישיבה אין בית ישראל
בית שלום געביידע פון מירער ישיבה אין בית ישראל

בית ישראל איז א אשכנזישע געגנט אין צפון ירושלים, צפון פון דעם מאה שערים געגנט. דער געגנט איז ארומגענומען מיט די גאסן מאה שערים, שבטי ישראל, שמואל הנביא און יואל. די גרויסע מירער ישיבה געפינט זיך אין בית ישראל.

דער נאמען "בית ישראל" קומט פונעם פסוק אין יחזקאל ל"ו 10: "וְהִרְבֵּיתִי עֲלֵיכֶם אָדָם כֹּל בֵּית יִשְׂרָאֵל כֻּלָה וְנוֹשְׁבוּ הֶעָרִים וְהֶחֳרָבוֹת תִּבָּנֶינָה". ס'איז דא א מסורה אז אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש האט מען אין דעם געגנט געלייגט דעם אש פון די קרבנות וואס מען האט אראפגענומען פונעם מזבח.

דער בית ישראל איז געגרינדעט געווארן אין די 1880ער יארן פאר יידן וואס האבן נישט געקענט צאלן די הויכע פרייזן פאר וואוינונגען אין מאה שערים. אין יענע יארן האט מען געבויט פיר קליינע געגנטן: שערי משה, עיר שלום, נחלת צבי און שערי פינה. אין אנהייב האט דער געגנט געהייסן דער 'נייער מאה שערים'. אין תרמ"ו (1886) האט הרב אריה לייב דיין געקויפט דעם שטח גאנץ ביליג צוליב דעם וואס דער געגנט איז געווען פול מיט וואסער.