לדלג לתוכן

שמואל צבי הורוויץ

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון הערשעלע ספינקער)
שמואל צבי הורוויץ
קיין פריי בילד
געבורט יולי 1921 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט אויגוסט 1997 (אלט 76) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
.

רבי שמואל צבי הורוויץ (ספינקא, אונגארן - כ"ז אב ה'תשנ"ז, וויליאמסבורג, ניו יארק) איז געוועזן דער רבי פון ספינקא און בעל מחבר פון די ספרים מלבוש צבי, תפארת צבי, תולדות צבי, טבא דשמואל און נחלת צבי אויף תהלים. אדער מער באקאנט אלס ר' הערשעלע ספינקער וויאזוי מען האט אים גערופן בלשון חיבה.

ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג און געפירט זיין רעביסטיווע פון זיין בית המדרש אויף קיעפ סטריט, וואס איז געווען א ווענד-פונקט פאר אידן פון אלע קרייזן חסידים, וואס זיי אלע האבן אין אים געטראפן א אויער וואס האט זיך צוגעהערט צו זייערע שאלות, צרות און פראבלעמען מיט הארץ און געפיל, און איז געווען פארעכענט אלץ א פועל ישועות.

געבוירן צו זיין פאטער רבי אברהם אביש הורוויץ הי"ד, וואס ער איז געווען רב אין קראלי און געווען אן איידעם ביים חקל יצחק, רבי יצחק אייזיק ווייס, דער זון פון ראש אדמו"רות ספינקא, ר' יוסף מאיר ווייס דער בעל אמרי יוסף.

ער איז געווארן אויפגעצויגן ביי זיין זיידן דער חקל יצחק. טראץ דעם וואס זיין טאטע האט געליטן צרות פון די חסידים פון ר' יואל טייטלבוים אין קראלי צוליב די רבנות דארטן, איז ער זיך געגאנגען צום סאטמאר רבי זצוק"ל נאך די מלחמה און ניו יארק זיך מאכנדיג פארגעסן איבער די אלטע טינה. דער סאטמארער רבי ז"ל פלעגט אום אליין רופן קראלער רב בימי נעוריו, און האט אום ארויסגעוויזן גרויס חביבות עד כדי כך ער פלעגט אפילו הייסן זיך גיין איבערשמועסן מיט אים זאגנדיג ער איז א קלוגער ערליכער איד, דאס אלס צוליב דעם וואס ער איז געווארן אויפגעצויגן אין ספינקא ביים זיידן ווי מ'האט קיין מחלוקת נישט געפירט. ר' פישעלע הערשקאוויטש פון זיין זיידנס חסידים האבן זיך טאקע נישט אפגעלאזט דערפאר פון אים. [פֿעלט אַ מקור]

ער האט איבערגעלזאט פינף זין און זיבן טעכטער:

  • רבי בעריש הורוויץ וואס האט איבערגענומען די ישיבה און דארטן געבויט זיין חסידות ("בית שמואל צבי") און פלעגט אויך ארויס געבען זיינע הייליגע ספרים על התורה מועדים, על הש"ס, הגדה ש"פ, זמירות לשבויו"ט.
  • רבי אביש הורוויץ וואס האט איבערגענומען דעם בית המדרש אויף קיעפ סטריט. און האט אויך ארויס געבען זיין פאטער׳ס ספר ״מלבוש צבי״ על התורה מועדים,
  • דער דיין ר' אייזיק הורוויץ וואס האט זיך שפעטער געפענט אן אייגן חסידות "תולדות צבי".
  • ר' נטע הורוויץ וואס האט די שול אין בארא פארק "טבא דשמואל".
  • ר' נפתלי הורוויץ וואס האט איבערגענומען די תלמוד תורה און געגרינדעט די חסידות "קראלי" אין וויליאמסוברג מיט בתי החינוך פאר אינגלעך און מיידלעך.

זיינע איידעמער זענען:

  • כ"ק האדמו"ר מראדוויל זצ"ל פון מאנסי.
  • הרה"צ ר' פנחס שלום האגער זצ"ל אב"ד ויזניץ אין בארא פארק, עלטסטער זון פון כ"ק אדמו"ר פון מויזשניץ וואס פירט שוין די וויזשניצער קהילה און מוסדות און בארא פארק.
  • הרה"צ ר' חיים יצחק טווערסקי שליט"א מלאיעוו טשערנאביל בן אדמו"ר מטשערנאביל זצ"ל, בית מדרשו איז און ברוקלין.
  • כ"ק האדמו"ר פון דאמבראווא פון בארא פארק ברידער פון כ"ק האדמו"ר מרדכי דוד אונגער פון באבוב.
  • הרה"צ ר' יחיאל וואגשאל שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מלאנצוהט שליט"א, און רב פון ביהמ"ד תפארת משה בוויליאמסבורג שעל ידי תלמידי הגר"מ גרין שליט"א פון מאנסי.
  • הרה"צ ר' שלמה לויפער שליט"א רב דביהמ"ד מלבוש צבי ד'קראלי און מאנסי וראש ישיבה דנייטרא במאנסי.
  • הרה"צ ר' דוד שלמה שטיין ראש הכולל בית אברהם ד'ספינקא ע"ש דעם רבינ'ס פאטער הרה"ק ר' אברהם אביש אבד"ק קראלי הי"ד און דער זון פון כ"ק אדמו"ר ר' מרדכי שטיין מפאלטיטשאן שליט"א.

זיין ווינקעלע און וויליאמסבורג איז געווען א תל תלפיות ווי עס האבן זיך געקענט אדורך דרייען אין איין וואך הונדערטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן: חסידישע, ליטווישע, ספרדישע, אמעריקאנער, מאדערנע, און אלע זענען ארויס צופרידן און רואיג שפירנדיג א געהאלפענער, ער האט געהאט אזעלטענער קלארן פארשטאנד און סיי וועלכע הינזיכט מען האט איהם געפרעגט.

זיין עבודה פון תשובה כסדר איז געווען א ציאונג קראפט, וואס האט זיך איבגעחזרט א יעדע וואך ביי שלוש סעודות אין די טונקל ווי ער האט איינגעריסן מיט יאמערליכע געוויינען און דער ריזן עולם זקנים עם נערים נשים ואנשים צוגלייך, פלעגן קומן צפארן מיט קארן, עס האט זיך געצויגן שעות נאכן זמן מוצש"ק, פון אלע געגענטער פון מעטראפליטן ניו יארק פלעגט זיך מיטרייסן מיט טרערן און זיך גוט אויסוויינען ביינאזאם הויך אויפן קול.

זיין צורה איז געווען זייער א שטארקע צוצואונגס קראפט מיט זיין צוצואונדיגע פרייליכע שמייכל ווען אימער א איד איז אריינגעקומען אין שטוב. אידען האבן געהויבן זייערע קינדער אינדערהייך ביי זיינע הייליגע הקפות שמח"ת צו זען די שיינענדיגע לעכטיגע צורה,אויך פלעגט ראש השנה ביינאכט שטיין אן עולם אידן מיט זייערע קינדערלעך אין די רייע זיך אנציווינטשען א גיט יאר וואס האט גענומען צו לאנגע שעות.

ער איז אוועקגעפאלן אינמיטן די תורה פרייטיג צונאכטס ביים טיש פון דביקות, ווען ער האט געהאלטן אינמיטן יאמערן איבער ארויפגיין צו די טאטעס אין הימל, פון א מאסיווע הארץ אטאקע, מען האט אים פרובירט צוריק ברענגען אבער אן הצלחה.

זיין מצבה אין דיענס ניו זשערסי.

ער איז געווען באקאנט מיט זיין אייגענארטיגען דרך נישט נאכצולאזען פון די דרכי אבות הקדושים קיין ביסעל פון וואס מען האט זיך געפירט אין אונגארין. ער האט נישט געוואלט הערן פון קיין שום נייע זאכן.