װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל/פעברואר ארכיוו 2008
בקשה להוספת מידע
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]היידיש שלי לא מספיקה לזה. מישהו יכול בבקשה להוסיף לערך על הרב יוסף אפרתי שהוא למד אצל הרב חיים יעקב גולדוויכט בישיבת כרם ביבנה? אם אפשר לכתוב שבאותה תקופה, בחוברת הדרכה שכתב לתנועת עזרא (תשל"ג) הוא מתייחס להיתר המכירה בצורה מאוזנת "אסור לזלזל ברבנים המתירים" (ציטוט לא מדוייק), עמדה שאינני בטוח שהוא מחזיק בה כיום. תודה, DGtal 22:07, 5 פעברואר 2008 (UTC)
- געטאן--יודל 12:44, 10 פעברואר 2008 (UTC)
נײַע פּרעפֿערענצן אין מעדיעװיקי
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זײַט מוחל און געבט אַ קוק צו די פּרעפֿערענצן פֿון אַנדערע װיקיס. אַ דאַנק אין פֿאָרױס
·לערי ריינהארט·T·m:Th·T·email me· 22:13, 6 פעברואר 2008 (UTC)
טעכנישע פּרוּװ פֿון דער אַקטועלער זײַט
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]CSS
·לערי ריינהארט·T·m:Th·T·email me· 16:36, 6 פעברואר 2008 (UTC)
די פארהוילענע מלחמה ארכיווען
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]גייענדיג צום דרוק: איז אנגעקומען די נייעס, אז קוים יעצט האבען 'אלע' עלעף לענדער פונעם 'רויטן קרייץ' פאראייניגונג, אונטערגעשריבן דעם הסכמה, אז מ'זאל שוין מעגן ארויסגעבן די אזוי פארלאנגטע אינפארמאציע און ארכיווען אינהאלט, פונעם צווייטן וועלטס קריג, וואס איז געליגען ביז היינט פארשפארט אין 'באד-אראלסאן' דייטשלאנד. צום נייעם יאר 2008, איז געעפענט געווארן א ספעציעלע אפיס, דורך די וועלטליכע 'האלאקאויסט מוזיאום אפדענק, ווי מ'קען אריינשיקן א פארעם דעקרעט, מיט שאלות און פרטים, און מ'וועט אלעס נאכקומען מיט די פריש געקומענע אינפארמאציע, וואס קען זייער אסאך דעקן, אפצוזוכען קרובים [וויפיל ס'איז נאך שייך..] און נאך פילע היסטארישע פארשונגען און ידיעות. צובאקומען אזא פארעם, קען מען רופן דעם נומער: 001-866-912-4385 אדער עלעקטאראניש: www.ushmm.org/its און בקרוב וועט מען קענען 'אליין' נישטערן אין די ריזן זאמלונג פון אינפארמאציע, ווען עס וועט ווערן מסודר און צוגעשטעלט פאסיג פארדעם צוועק, ווי די מוזיאום ארבייטער שטרענגען זיך אן דאס אנצויאגען בשלימות, דאס שפעטסטע ביז יאר 2010. - א זאמלונג פון אריבער 'צען מיליאן' בילדער - אליינס! אויסער די פילע קאפיעס פון דאקומענטן און ליסטעס, און אויספירליכע שילדערונגען, פון די טראנספארטן, לאגערן, און פילע אנדערע אקציעס, ווי א קלארע אינדעקס פון אלע נעמען – פון די קרוב צו אכטצען מיליאן קרבנות, וועט זיין די שליסל צו יעדענס אינפארמאציע. די מוזיאום פאכלייט, גרייטן אן פארן דארשטיגער ציבור, א לעקטראנישער סיסטעם, וואס וועט אנטהאלטן - פינעף און צוואנציג שפראכן! ווי מ'וועט קענען ארויסשעפען דאס מערסטע אינפארמאציע וואס איז מעגליך, פונעם מאלטי ריזן אינפארמאציע זאמלונג פון כאטשיג ווען. - צודעם, פארמאגען זיי א ריזן רייהע פון צוגעלייגטע היסטאריע זאמלונגען, פון אריבער 'איין און צוואנציג טויזענט' היסטארישע אינפארמאציע זאמלער'ס, וואס ווערט צוזאמגעשטעלט אין די מוזיאום פארשטעלונג – אינעם נאנטער צוקונפט.
אין דעם געלעגנהייט, וועלן מיר דא ציטירן א בריוו, וואס איינער האט אריינגעשיקט, אזוי פאסיג צודעם געלעגנהייט. לכבוד הקהל הקודש, עס שטערט אונז געפערליך אויפן געוויסן, אז מ'מיינט אז זיי טוהן אונז יעצט א גאנצע טובה, אז זיי עפענען די ארכיווען. - מ'מיינט זיי זענען גוט! ווען מ'האט נישט געמיינט זיי – אמעריקא, זענען זיי געווען ערגער ווי די מזרח לענדער, און נישט געוואלט בשום אופן אריינלאזן אידישע פלטים, נאר זיי צוריקגעשיקט צום קאלעך - אויוון מיטן גרעסטן אכזריות. דאס איז דער סיבה, פארוואס פונקט יעצט ווען רוב רובם פון די שארית הפליטה - די וואס האבן באצאלט דעם 'חבלי משיח' מיט זייער בלוט און פלייש - האבן אונז שוין פארלאזט, פונקט דאן זאל זיך די דעמאקראטישע וועלט דערמאנען, אז, אוי! מיר האבן פארגעסן... עס קומט זיך זיי צו וויסן עפעס וועגן יענע צייטן... בשעת די נאצישע ארכיוון ליגט און שימעלט שוין 60 יאר, טוען זיי אונז יעצט א טובה! ווען 75% פראצענט פון די ווערד דערפון איז שוין אוועקגעפאלן, און זיי "גייען" [נאכאלץ נישט יעצט, נאר 'נאכאביסל'..] אונז עס געבן.. טענקיו! קאנגרעטולאציעס! יא, מיר קענען גיין צום זיידנס קבר, און אים איינמעלדן אז אלע זיינע מיסטעריעס וואס איז אים שווער געווען במשך די יארן זענען געלעזט געווארן... און ער אליינס וועט אונז מער קיינמאל נישט קענען דערציילן און אנטפלעקן 'אונזערע מיסטעריעס' אויף די געפונענע ארכיוון. די אינגע דורות וועלן קוקן אויף די ארכיוון ווי א האן אין בני אדם. שוין! אויך עפעס, א האן איז דא, און א בני אדם איז דא, דארפן מיר דאך דאנקן השי"ת אויף וואס מיר האבן יא. דער געהעריגע ווערסיע פונעם מוזיאם וועט זיך עפענען נאך דעם מאנאט אי"ה, איר קענט שוין אריינגעבן א ריקוועסט אויף אינפארמאציע וואס איר ווילט באקומען דורך אויספילן א פארום. אין צוויי יאר ארום - איז די דעדליין, ווען מיר וועלן קענען 'אליין' נאכזוכען די מיליאנען ארכיוון, און רופן די קוים פארבליבענע 90 יעריגע זיידעס, זיי זאלן אונז זאגען וואס צו זוכען.. מיט גרויס ווייטאג ב.ח.א. און ש.ג.א -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער ששון וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן. 02:15, 10 פעברואר 2008
- שרייבסט טאקע זייער שיין. וויקיפעדיע איז אין פאקט אן ענציקלאפעדיע דאס הייסט אז מען קען שרייבן זייער קורצע און טרוקענע ארטיקלען. די ארטיקלען פאסט מען צו צו א באשטימטער טאמע, און יעדער איינער קען דערנאך רעדאקטירן און ענדערן (פארבעסערן) דיין ארטיקל. מען מוז אפילו נישט זיין קיין שרייבער אפ צו שרייבן אין וויקיפעדיע. עס איז כדאי זאלסט א קוק טאן אין װיקיפּעדיע:נייטראל וועגן מער אינפארמאציע. לויט דיין ארטיקל זעט אויס אז דו פארמאגסט א סך היסטארישע וויסונגען, וויקיפעדיע זוכט מיט ליכט אזעלכע באניצער. כאפ א בליק אויף דעם צווייטן וועלטס קריג ארטיקל און זע וואס דו קענסט דארט פארבעסערן אא"וו. ברוכים הבאים צו דער יידישער וויקיפעדיע. ►רוני◄ 07:26, 10 פעברואר 2008 (UTC)