װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל/אויגוסט ארכיוו 2008

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

עפענען וויקיפעדיע אויף דשעי נעט.[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

נאכדעם וואס יודל האט דא געמאכט א חורבן האט דשעי נעט אפגעשפארט וויקיפעדיע אויף אלע זייערע פילטער'ס.

בשעתו האט זיך אפגעטאן דא וויכוחים וועגן דעם ענין, ס'זענען געווען יחודים מיט יודל בראש (אפשר זענען אלע געווען ניק'ס פון דעם זעלבן וד"ל), וואס האבן גע'טענה'ט אז וויקיפעדיע איז א פרייע זאך ממילא דארף מען האבן אלע שמוציגע ארטיקלען. פון די אנדערע זייט זענען געווען רוב ניק'ס ביי דעם מיינונג אז שמוץ וועט פארטרייבן אלע נארמאלע שרייבער.

די וויכוח איז געגאנגען אויף הויעכע טענער, און יעדער האט זיך געהאלטן ביי זיינס. למעשה שטעלט זיך ארויס אז פון דעם אמאליגען ציבור איז געבליבן איין איינציגער "רוני". און למעשה זענען היינט פארהאן נאר 2 אקטיווע ניקס, רוני און פולישער.

אפשר איז צייט איינצוזען אז די וואס האבן געשריבן און געליינט אונזער וויקי זענען טאקע אלע (כמעט אלע) פרומע און ס'איז צייט אויסצורייניגן אונזער וויקי כדי דשעי נעט זאל דאס צוריק קענען עפענען?

מאכט דעם חשבון אויב דשעי נעט עפענט צוריק, וועט אונזער וויקי צובאקומען צענדליגע אדער אפילו איבער 100 שרייבער.-- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער 75.222.77.110 וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.

איך מיין אז פון אונזער זייט קען עס זשעי. נעט. עפענען, וויבאלד זשעי. נעט. קען בלאקירן די אלע ארטיקלן וואס זיי גלייכן נישט, נאר ווילאנג יודל פלעגט דא שרייבן האבן זיי געטענהט אז יודל לייגט אריין און אלע ארטיקלן און אין סעציפעל און די נייעס אויף די הויפט זייט זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן, אבער איצט איז דער פראבלעם מער נישט דא --טעכניקער 12:50, 11 מײַ 2008 (UTC)
פארגעס, דעי נעט האט בעסער וואס צו טון מיטן טאג ווי איבערליינען גאנץ וויקי און מחליט זיין וואס צו בלאקירן און וואס נישט, בפרט ווען ס'קען קומען איין צודרייטער און צוריק לייגן די שמוץ מיט איין קנעפל, ס'איז די העכסטע צייט אויפצווייזן פאר די באהערדע אין וויקי אז אונזער וויקי איז געגאנגען קראכן זייט יודל האט זיך צולאזט מיט די שמוץ, ס'לוינט זיך אויסצומעקן 30-40 שמוציגע ארטיקלען און לכבוד דעם בויען פרישע 3-4 טויזענט מיט פרישע כוחות פון פרישע שרייבער. איך אליינס געפין זיך נישט באקוועם דא מיט די אלע ארטיקלען. --משגיח 18:22, 11 מײַ 2008 (UTC)
זשעי נעט האט טעכנאלאגיע פאר דעם--טעכניקער 18:36, 11 מײַ 2008 (UTC)
זייער טעכנעלאגיע ארבעט נישט אויף דעם, זייער טעכנעלאגיע ארבעט אויף וועב סייט רעטינגס. האט שוין איינער דא גערעדט מיט זיי? אפשר איז כדי זיי צו רופן און פארהאנדלען? --משגיח 18:48, 11 מײַ 2008 (UTC)
עס פלעגט זיין געבלאקט, מן הסתם ארבעט עס יא, איך קען רעדן צו זיי, לאמיך קודם הערן וואס זיי ווילן --טעכניקער 19:02, 11 מײַ 2008 (UTC)

מאכן דער וויקיפעדיע פרום וועט לכאורה צוברענגען צו איר פארשפארונג. אבער נאר ארויסראמען סעקס וועט גארניט שאטן. ►רוני◄ 03:16, 13 מײַ 2008 (UTC)

איך וואלט זייער שטארק הנאה געהאט צו זען אלע די ערליי ארטיקלען אינדרויסן פון דא (חוץ דעם וואס עס איז "בכלל" נישט אינפארמאטיוו)--איינשטיין 12:29, 13 מײַ 2008 (UTC)
רוני, איך רעדט פון די שמוציגע ארטיקלען פון יודל, וואס מיינסטו מיט מאכן פרום? --משגיח 15:08, 14 מײַ 2008 (UTC)
די שמוציקע ארטיקלען פון יודל דארף מען ארויסראמען גערן, עס איז געשריבן פארגרעבט. ►רוני◄ 17:09, 14 מײַ 2008 (UTC)
ביטע הייב אן די ארבעט, איך נעם אויף מיר צו פארהאנדלען מיט דשעי נעט. --משגיח 21:16, 14 מײַ 2008 (UTC)
איך לייג אריין א מוסטער מוסטער:דשעי נעט פארלאנג, אין אלע ארטיקלען וואס דארפן ווערן געמעקט, רוני אדער פולישער, אפשר גאר ביידע, ביטע נישט ווארטן הייבט אן מעקן. --גארביטש 21:34, 14 מײַ 2008 (UTC) (משגיח)
ביטע נישט מעקן אן קיין וואלן, איך האלט פאר א פשרה זאל מען מאכן אן אריינפיר בלאט צו די ארטיקלן, וואס זשעי נעט וועט קענען גרינג בלאקירן.--טעכניקער 04:42, 15 מײַ 2008 (UTC)


מאכן אזא אריינפיר בלאט מיינט אז יעדע בלאט וואס איז נישט לויט די פארשריפטן פון דשעי נעט וועט געברויכן א ספעציעלע "יו אר על" וואס דאס איז כמעט אומ-מעגליך און ס'קען נעמען חדשים און יארן. איך האב יעצט גערעדט מיט דשעי נעט, זיי זענען מסכים צוריק צו עפענען אונזער סייט מיט 3 תנאים,

1 מען זאל אויסמעקן אלע שמוץ ארטיקלען (מער פריות'דיג מיינט דאס אויסמעקן די ארטיקלן וואס יודל האט געשריבן).

2 די סיסאפס זאלן זיין וואַך און נאכקוקן עדיט'ס צו מאכן זיכער אז קיינער לייג נישט אריין קיין נייע שמוץ.

3 אלע זאכן וואס זענען נוגע חסידישע פאליטיק און ס'הערשט א ערענסטע עדי"ט קריג, זאל האבן עפעס אזוי ווי א מוסטער וואס זאל אונדייטן אז די דיעות רעפלעקטירן נישט די מציאות, נאר דאס זענען די דיעות פון דעם יחיד וואס שרייבט דאס, און סיסאפס זאלן פארשליסן בלעטער אויב די קריג איז צי גרויס. (לכאורה ווילן זיי 3# ווייל בעלי בתים רעדן זיך אפ אז ארבייטער שפילן זיך צו פיל).

ביטע גיבט אפ אייער שטימע. -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער 75.221.125.150 וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.


  1. Symbol support vote.svg איך בין מסכים נישט נאר איך בין מסכים נאר איך פאדער דאס. ס'איז א ווייטאג צו זען אז מיר האבן קוים 3-4 שרייבער ווען אין הייד פארק פארברענען הונדערטער אינגעלייט גאנצע טעג אויף שטותים. --משגיח 20:54, 15 מײַ 2008 (UTC)
  1. Symbol support vote.svg איך בין מסכים--איינשטיין 21:35, 15 מײַ 2008 (UTC)
מען דארף מאכן א רשימה פון אלע פראבלעמאטיקע ארטיקלען און מען זאל וויילן פערזענלעך אונטער יעדן ארטיקל. ►רוני◄ 21:40, 15 מײַ 2008 (UTC)
וועסט קיינמאל נישט פערטיג ווערן, מען דארף מאכן קאטעגאריעס, ווי למשל סעקס, אלעס אינטער דעם קעטעגארי דארף ווערן געמעקט. ומכאן אזהרה יוצאות, יודל איז שוין נישט דא ממילא איז נישט דא א סיבה נראה לעין פארוואס מען זאל נישט קענען מאכן סדר דא, ממילא אויב וועט מען אונהייבן אלעס מאכען אויף א ביוראקראטישע אופן וועט מען נישט פערטיג ווערן אדער וועט דאס נעמען חדשים. ס'האט נישט קיין שום זין צו מאכן וואלן פאר יעדע ארטיקל חוץ אויב מען הייבט יעצט אן די וואלן און ס'האלט נישט אן מער ווי א וואך. --משגיח 21:48, 15 מײַ 2008 (UTC)
משגיח, די מאכסט גאנצע אזהרות, אונז האבן שוין געהאט גענוגט געהאט פון יודל, ווער נישט א צווייטע יודל, אויך נוץ נישט זשעי נעט ארויסצוצווינגען וויאזוי די וויקיפעדיע זאל זיך פירן.--טעכניקער 04:48, 16 מײַ 2008 (UTC)
טעכינקער, במקום זאלסט דערהערן וואס איך זאג, גייסטו אריין אין פערזענליכע אטאקעס, (דאס דערמאנט יודל'ס סטייל), די באשיצט אויף יודל'ס ארטיקלען (דאס דערמאנט יודל), די גיבסט אכטונג קיינער זאל נישט "צווינגען" (דאס איז אויך יודל'ס שיטה), וד"ל. אבער צום ענין, זייט דשעי נעט האט געבלאקט וויקי, איז דאס געגאנגען בארג אראפ, היינט איז וויקי א חוזק, יעצט איז דא א געלעגענהייט צוריק צו ברענגען וויקי, צו לכה"פ 100 טעטיגע טעגליכע שרייבער, און פאר עפעס א סיבה פראבירסטו דא מונע צו זיין, וואס באהאלטסטו? --משגיח 18:37, 18 מײַ 2008 (UTC)

בײַ די ארטיקלען וואו דער מוסטער שטייט שוין 7 טעג און קיינער האט זיך נישט דערקעגנט, איז פשט דער קהל שטיצט אויסמעקן. --פוילישער 21:59, 18 מײַ 2008 (UTC)

מען דארף מאכן א קאטעגאריע פאר די מוסטערן, כדי מען זאל קענען זען די אלע פראבלעמאטיקע ארטיקלען און ווארטן נאך זיבן טעג. ►רוני◄ 22:55, 18 מײַ 2008 (UTC)
פאר יעדע ארטיקל וואס מען וויל מעקן מוז מען האבן עקסטערע וואלן, פוילישער ביטע מעקט נישט אין דער וועלט אריין.--טעכניקער 13:14, 22 מײַ 2008 (UTC)
טעכניקער, די ביסט א זאקען פאפעט פון יודל, אדער ביסטו אן ארויני וואס האט א אינטערעסע אז וויקי זאל בלייבן פארשפארט אויף דשעי נעט כדי צו געבן א אויבערהאנט פאר די ארוינישע אידישע וועלט. זייט'ס מיר אלע געזינט אין שטארק. משגיח איז א פארגאנגענהייט. --משגיח 22:12, 22 מײַ 2008 (UTC)
מען מאכט וואלן אויף א באשטימטער צייט, און אין א וואך ארום פירט מען אויס. אויב קיינער וויילט ניט וועט מען אויך מעקן. איך בין מציע צו זאלסט מאכן א קאטעגאריע צום דזשיי-נעט מוסטער, און שטעלן וואלן אויף דער גאנצער קאטעגאריע אינעם פארלאמענט. אבער מען קען ניט סתם נעמען מעקן. אדער קען מען מאכן וואלן צי מען זאל מעקן אלע יודלס ארטיקלען, אבער דאס מיין איך וועט ניט אריבערגיין, כאטש וואס איך וועל לכאורה שטימען. ►רוני◄ 22:33, 22 מײַ 2008 (UTC)


מיין מיינונג: איך האלט נישט אז מיר דארפן מאכן עפעס ענדערונגען כדי דזשעי נעט זאל אונז אננעמען, דזשעי נעט איז נישט צופרידן פון אונז, זיי וועלן קיינמאהל נישט אהנעמען די געזעצען פון דער וויקי, דזשעי נעט איז פאר פרומע עהרליכע אידן וואס ווילן נישט לייענען גארנישט וועגן די פרייע וועלט, ספעציעל וועגען אויסגעלאסענע בילדער וואס איז היינט איבאראל, אויב בייגט מען זיך פאר דזשעי נעט דאן איז נישט דא קיין פרייע וויקי, אבער וויקי אבער דזעי נעט.

די עצה אז דער אידישע וויקי זאל ווערן מער, און מער שרייבער זאלן איינטאייל נעמען איז נישט מען זאל זיך בייגן פאר די פרומע, ווייל די פרומע זענען קעגן פרייהייט, די עצה איז בעסער צו אדווערטייזען דעם אידישע וויקי.--יודישער שרייבער 23:30, 27 יולי 2008 (UTC)


1 2
3 4אידישקייט קעגן די פרינצים פון פריי און אפען

וויאזוי איז דאס פריי פון צענזור און אויסגעהאלטן לויט אידישקייט? דער הויפט געדאנק פון די וויקיפעדיע איז צו בויען א פרייע אפענע ענציקלאפעדיע וואס יעדער איינער קען דארט שרייבן אמת'ע אינפארמאציע אָן קיין צענזור. דער געדאנק (און בעצם דאס גאנצער אינטערנעט) איז לויט טייל בעלי דעות דירעקטליך א צוזאמעשטויס און פראבלעם לויט די פרומע געמיינדע, (וואס זיי זיינען רוב אידיש-רעדנערס) און דערפאר קומט דא ארויף אפט דער נושא און פראבלעם איבער דעם צו באגרעניצן די וויקיפעדיע עפ"י דעת התורה און נישט איר לאזן זיין פריי פאר יעדן צו שרייבן אפילו רעכטע אינפארמאציע וואס שטימט נישט עפ"י התורה. אבער וויבאלד אלעס מוז ווערן געשריבן נייטראל, קומט דאך אויס אז מיר שרייבן דא סיי ווי סיי נישט קיין כפירה אין אידישקייט, פארקערט, רוב פון אונזערע ארטיקלען זענען ארום אין איבער אידישקייט. אבער פון דעסטוועגן, צום ביישפיל, ביי די פילאזאפישע ארטיקלען וואס זיינען עוסק אין "קיום האל" מוזן מיר און מעגן לאזן ארויפבריינגען די דעות פון די כופרים, כדי דאס נייטראליש אפשלאגן למען האמת. אדער ווען מיר רעדן וועגן "נאטור וויסנשאפט" מוזען מיר בריינגען פארשונגען פון די סייענטיסטען, כאטש וואס דאס קען זיין אין קעגנזעץ די תורה. אין די רגע וואס מען שרייבט "לויט די פארשערס" ווערט די ארטיקל נייטראליש, און מיר מעקן דאס נישט אויס, לויט די גרונדענע געזעצן פון וויקימעדיע וואס עס איז נישטא אויף זיי די געזעץ פון וואלן, ליינט מער דא. און עס איז פארט נישט קעגן הלכה און דירעקט יא אויסגעהאלטן צו באשרייבן די פראגע'ס אויף די אמונה וואס מענטשן קענען האבן מיטן חשבון דאס צו פארענטפערן בבחינת ודע מה שתשיב לאפיקורס שלך. צו סאך אינפארמאציע קען אייביג זיין א זעלבסט מארד כלי פאר מענטשען וואס ווילן זיך הארגענען אדער נאר פאר קינדער און שוואכע אינגעלייט. מען וועט דאס קיינמאל נישט קענען געהעריג שליכטן דעם פראבלעם. מען לערנט דאך נישט אין חדר מיט קינדער געוויסע רש"י'ס טאקע דערפאר, אבער קיינעם איז נאך נישט איינגעפאלן דערוועגן צו פארברענען רש"י, און זאגן אז דאס איז נישט תורה. פארשטייט זיך אז מיר פארלאזן זיך אז די סארט שוואכע חסידים אדער קינדער וואס האבן פארט דעם פראבעלם פארלאזן זיך סיי ווי סיי אויף די רבנים וואס אסערן סיי ווי אינטערנעט ממילא קומט נישט אויס אז וויקיפעדיע איז קעגן קיינעםס אידישקייט הלכה. ארטיקלען וואס פארטוהען זיך מיט סעקס און נאך אומאיידעלע ענינים טוען מיר ווי די תורה מיר שרייבן פונקטליך וויאזוי און וואס צו זיך באגיין כדי אפהיטן פון טעותים וואס קען זיין טויטליך אויף די וועלט און אויף יענע וועלט

דאס איז קאפירט פון די גרונד פרונציפען פונעם וויקיפעידע אויף אידיש, איז מיין שאלה צו די אלע וואס ווילן צוזאמעם שטעלן אז דער וויקי זאל ארבעטען צוזאמען אויף דזשעי נעט, וועלן די בעלי בתים פון דזשעי נעט איינגען אויף די ווערטער, און אויב נישט, ווען מען זיך קריגן אויף יעדער ארטיקעל צו איז עס אויסגעהאלטן לויט דזשעי נעט און לויט די חסידים אדער נישט. דעריבער פארשטיי איך נישט ווי קומט דאס צוזאמען מיט דשעי נעט.--יודישער שרייבער 18:34, 13 אױגוסט 2008 (UTC)