װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל/אויגוסט ארכיוו 2018
Enabling a helpful feature for Template editors
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]Hello.
The team working on TemplateStyles at the Wikimedia Foundation would like to enable TemplateStyles on this wiki.
TemplateStyles is a feature to allow non-administrators to write and manage CSS styles for templates. It allows contributors who edit templates to separate content and presentation. A good web practice that makes it easier to manage the layout of templates. If you don't edit templates, this will not have any impact on your contributions.
TemplateStyles is useful for a few reasons.
- It makes it possible for templates to work better on mobile.
- It cuts out confusion on where to apply CSS rules.
- Editing CSS is currently limited to administrators, which is a major barrier to participation.
- All stylesheets must be loaded on all pages (whether they actually use the page or not), which wastes bandwidth and makes debugging style rules more difficult.
You can learn more about TemplateStyles on MediaWiki.org. Technical documentation is also available.
This is an optional feature and no one must use it, but template contributors are encouraged to do so! Please discuss and let us know if there are any concerns. If there are no concerns we will proceed to deploy the feature on the 9th of August.
Thank you.
Editing of sitewide CSS/JS is only possible for interface administrators from now
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט](זייט אזוי גוט איבערזעצן דעם בלאַט)
Hi all,
as announced previously, permission handling for CSS/JS pages has changed: only members of the interface-admin
(אייבערפֿלאך־אדמיניסטראטארן) group, and a few highly privileged global groups such as stewards, can edit CSS/JS pages that they do not own (that is, any page ending with .css or .js that is either in the MediaWiki: namespace or is another user's user subpage). This is done to improve the security of readers and editors of Wikimedia projects. More information is available at Creation of separate user group for editing sitewide CSS/JS. If you encounter any unexpected problems, please contact me or file a bug.
Thanks!
Tgr (talk) 12:40, 27 אויגוסט 2018 (UTC) (via global message delivery)
לינק צו מאפע און בילדער
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אזוי ווי די וועלט ווערט מער מאדענעזירט און מען קען היינט האבן א ווירטואלע שפאציער אויף כמעט די גאנצע וועלט מיט גוגל מאפעס אדער גוגל ערד, דעריבער האט איך געהאט א געדאנק אז ווען איך דערמאן א פלאץ אדער א בנין וכדו' לייג איך אינטער א לינק צו גוגל מאפע ווי דער באנוצער קען זעהן דאס פלאץ, דאס איז בייהילפיג ספעציעל ווען איינער זיכט ספעציעלע פרטים ארום דעם פלאץ, למשל ש ספעציפישע בינין ווייל ער וויל שטודירן דעם נושא אדער זעהן דאס פלאץ און נישט נאר ליינען דערוועגן. א גוטע דוגמא וועט זיין למשל אין א ארטיקל וועגן א געוויסע אלטע בית החיים וו מען קען צולייגן א לינק צו גוגל מאפע, אזוי אויך א לינק צו דעם הויז אין וועלכע עס וואוינט דער גוי וואס האט די שליסל צום בית החיים.
אבער צו מיין ווייטאג האט איינער דא (כמעט דער איינציגסטער אקטיווער מעמבער און לויט ווי איך האב געהערט פון חברים וואס פלעגן דא זיין אקטיוו אז זיי האבן איבערגעלאזט דעם סייט און זיי באשטייערן נישט מער ווייל דער זעלבער האט ביי זיי געמעקט אינגרויסן אן אפגעבן דין וחשבון, בקיצור מ'לייגט אריין צייט און כח און קומט איינער און מעקט מיט א קוועטש אויפן קנעפל) אויסגעמעקט די לינקס וואס איך האב צוגעלייגט. צום באמערקן: די לינקס שטערן נישט קיינעם עס זענען לינקס אינטער די ווערטער וואס ווען מען קוועטשט אויפן ווארט קומט מען אן צו גוגל מאפעס. אבער דער יענער האט אלס אויסגעמעקט מיטן תירוץ אז "סאיז א חידוש און סאיז נאך קיינמאל נישט געווען און פיר נישט איין נייע מנהגים"... קען מיר ביטע די וואס געפינען זיך נאך יא דא העלפן פארשטיין יענעם'ס השקפה אדער מיר העלפן אויפקלערן יענעם ער זאל ביטע אויפהערן מיט אגרעסיווע מעקעריי? אויך מער, אפשר העלפן צווינגן יענעם צו רעדן אויפן שמועס בלאט איידער ער מעקט. יישר כח
נ.ב. קען זיין איך האב געשריבן אביסל ברייט דעריבער דערמאן איך נישט דעם באניצער ביים נאמען
- מר פוילישער, נישט צום גלויבן! איצטער זעה איך אז מאפעס אויפן בלאט איז שוין געווען א מדובר גאנצע 3 חדשים צוריק און אז 15 וויקיפעדיעס האבן דאס שוין אפיציעל אימפלימאנטירט! לא זו בלבד נאר דאס איז א אפיציעלע אפציע מיט אפיציעל קאודס פון וויקפעדיע! ואל זו בלבד נאר עס לייגט אריין א מאפע נישט בלויז א לינק צום מאפע! און איר מר פוילישער אלס א סיסאפ קענט איר נישט די אפיציעלע אופציוס פון וויקיפידיע? און איר מעקט ארבעט פון אנדערע באשטייערער? איר דארפט אביסל ווייניגער נאכלויפן און פארעכטן אנדערע.
דריקט דא צו זעהן די מאפע נייעס דא אין קאווע שטיבל
- איך האב עפעס גאזאגט קעגן שאפן מאפעס מיט mapframe? שאפט מאפעס געזונטערהייט. אבער איר שטעקט אריין גוגל לינקען צו מאפעס אינמיטן דעם ארטיקל טעקסט. זייט אזוי גוט און ווייזט מיט אנדערע וויקיפעדיעס וואו מען טוט אזוי. כל טוב.--פוילישער 09:46, 6 אויגוסט 2018 (UTC)
- דאן פארוואס האט איר נישט אזוי געזאגט לכתחילה? פארוואס האט איר געשריבן "מען דארף נישט קיין לינק צו א מאפע"? חוץ מזה, וואס הייסט דאס "מען דארף נישט"? ווער האט אייך געזאגט אז "מען דארף נישט" איך און אנדערע דארפן יא. אויב איז א זאך נישט קעגן די געזעצן דאן ביטע נישט מעקן, עס איז דא גענוען און נאך וואס צו טון דא עס איז נישט וויכטיגע נאכצולויפן און סעקירן אנדערע פאר נישטיגקייטן. גלייכער (רעדן) 15:01, 6 אויגוסט 2018 (UTC)
ארכיווירן קאווע שטיבל
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מר. פוילישער פארוואס האט איר צוריקגעשטעלט אין קאווע שטיבל אלס וואס איך האב זיך געמיטשעט צו ארכעווירן? איר קוקט טאקע נישט פאר איר דרייט בלעטער? איר טוט אלס בלינד? גלייכער (רעדן) 21:38, 6 אויגוסט 2018 (UTC)
- די מעלדונגען זייט יוני 2016 זענען נאך נישט ארכיווירט. --פוילישער 18:53, 7 אויגוסט 2018 (UTC)
וויזניץ - מאנסי
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב פוילישער, איך זעה אז איר האט צוריקגעדרייט דעם אנאנימער באנוצער וועלכער פראבירט אויסצומעקן די זכר פון "מאנסי" אין וויזניץ איך בין מסכים אז אזא שריט ברויך ווערן אויסגעשמעועס קודם.
צוליב דעם וואס די ענין נעמט אריין עטליכע בלעטער בין איך נישט זיכער אויב די ריכטיגע פלאץ איז אויפן שמועס בלאט פון די וויזניצע רביס צוליב די גרויסע צאל. ביטע אויסשמועסן דעם ענין דא.
עס איז איינגעפירט אז ווען א גרופע חסידים טיילן זיך אפ וועט מען באטיטלען די אפגעטיילטע מיט א פרישן נאמען כדי צו אידענטעפיצירן די חסידות'ן פארן עתיד. אבער ר' מאטעל'ע האט זיך "קיינמאל" נישט אפגעטיילט, ער איז א דירעקטער ממשיך פון זיין טאטען דער אמרי חיים וועלכער האט "אויך" געוואוינט אין אמעריקע, ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג אויף ראסס סטריט. ר' מאטעלע איז געווען דער אפיציעלער ממלא מקום פון זיין טאטען דער אמרי חיים אין גאנץ אמעריקע, לויטן צוואה פון ר' חיים מאיר וואלט געווען ריכטיג צו שרייבן אויף ר' מאטעל'ע און ר' משה'לע אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק און אדמו"ר מוויזניץ ארה"ב.
אין טאג טעגליכע לעבן האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין ארץ ישראל האט מען גערופן ר' משה'לע אלס וויזניץ'ע רבי און ר' מאטעל'ע אלס וויזניץ מאנסי רבי. אין אמעריקע האט מען גערופן ר' מאטעל'ע וויזניצ'ע רבי און ר' משה'לען האט מען גערופן וויזניץ בני ברק.
אפיציעל האט וויזניץ מאנסי קיינמאל נישט אקצעפטירט די נאמען וויזניץ מאנסי און אוודאי זיך נישט אידענטעפיצירט דערמיט. אזוי ווי איר פארשטייט אז אין די העברעאישע ויקי וועט מען שרייבן "ליב" במקום "לייב" און אזוי אויך וועט מען אין די אידישע וויקי שרייבן "לייב" במקום "ליב" און די אידישע וויקי וועט זיך נישט פירן לויט די העברעאישע כללים אזוי אויך איז "וויזניץ" מיט "וויזניץ-מאנסי" א כלל אין די העברעאישע וואס וואלט קיינמאל נישט געדארפט ווערן בכלל אנגענומען אין די אידיש וויקי. עס איז שטארק נישט יושר אז אין די אידישע וויקיפעדיע זאל ר' מאטעל'ע באקומען א "אפיציעלע" צינאמען" און ר' ישראל פון בני ברק מיט זיין ברודער ר' מענדל זאלן זיין "אדמו"ר מוויזניץ".
אבער לאמיר זאגן אז עס זיצט שוין אזוי יארן לאנג און עס איז שווער צו טוישן, על של עכשיו באתי, דאס אריבערפירן די נאמען צו זיינע קינדער איז נאך מער נישט יושר ווייל אויב ווילסטו זאגן אז מען דארף שרייבן מאנסי צו אידענטעפיצירן (על אף וואס דאס איז נישט יושר און לאמיר זאגן אז יושר איז געשטארבן...) אף על פי כן דארף מען "נישט" און עס האט נישט קיין זין צו שרייבן אדמו"ר מ"וויזניץ - מאנסי - וויליאמסבורג" אדער אדמו"ר מ"וויזניץ - מאנסי - קיימישע לעיק".
אפילו אויב מען דארף א נאמען פאר אידענטיפיקאציע און דאס איז געווען די סיבה פון לכתחילה צוקלעבן אין וויקי "אפיציעל" א צונאמען צו ר' מאטעלע (נישט יושר'דיגע אזוי ווי שוין געשמעוסט אז עס איז פשוט קאפירט פון די העברעאישע ויקי מיט די העברעאישע כללים), אבער צו וואס דארף מען מיט געוואלד צוקלעבן צונעמען ווען עס פעלט בכלל נישט אויס? "אדמו"ר מוויזניץ - מאנסי - קיימישע לעיק" וועט מען דען נישט פונקט אזוי וויסן ווער דאס איז "אדמו"ר מוויזניץ קיימישע לעיק"? האט דען איינער א הווה אמינא אז ר' מענדל פון בני ברק איז "אדמו"ר מ'וויזניץ וויליאמסבורג"? ס'איז פשוט וברור ומובן מאיליו אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק איז א ממשיך פון ר' מאטעלע און נישט פון ר' משה'לע. איך בין מציע אראפצונעמען די איבריגע פלאנטער און מיר האבן א אדמור מוויזניץ וויליאמסבורג פשוט כמות שהוא. (כולי האי ואולי האי ווען ר' ישראל פון מאנסי זאל זיין רבי איבער "מאנסי וויזניץ על כל כדור העולם" וואלט אפשר געווען מקום צו שרייבן אדמו"ר מוויזניץ מאנסי וויליאמסבורג אויף ר' יצחק יוחנן (אפשר) אבער היות ר' יצחק יוחנן איז א גלייכער ממשיך פון זיין טאטען וואס איז א גלייכער ממשיך פון אמרי חיים איז נישט פראקטיש צו קאמפלעצירן זיין טיטל, די גרינגסטע, שענסטע, בעסטע און ריכטיגסטע איז אדמו"ר מוויזניץ וויליאמסבורג און אזוי ווייטער. --גלייכער (רעדן) 21:34, 22 אויגוסט 2018 (UTC)
- איר זענט גערעכט. איך האב נאר צוריקגעדרייט די ענדערונגען ווייל אין א סך ערטער האט ער אראפגענומען דאס ווארט מאנסי וואו עס דארף טאקע בלייבן. דער נאמען וויזשניץ מאנסי איז פארשפרייט נישט נאר אין ארץ ישראל נאר אויך אין גאנץ אייראפע. דעם בית מדרש אין לאנדאון רופט מען ביהמ״ד אמרי חיים דחסידי וויזניץ-מאנסי.
- אבער למעשה דער נייער דור פון רבי׳ס טראגט טאקע נישט דעם נאמען מאנסי נאר דעם נאמען פון די שטעט וואו זיי פירן, און איך בין מסכים אז מ׳זאל אזוי שרייבן. --פוילישער 21:53, 22 אויגוסט 2018 (UTC)