װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל/נאוועמבער ארכיוו 2006

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

וואס גייט דא פאר???[רעדאקטירן מקור]

ווען איך שרייב זיך איין מיטן מיין נאמען טוישט זיך די גאנצע אויסזען פון וויקעפעדיע, אלעס איז ריזיג גרויס, אן א סדר. ווען איך לאגיר זיך ארויס איז אלעס צוריק נארמאל. וואס גייט דא פאר??? ביטע טוט עפעס דערצו זייער וויכטיג!--אלזוז 18:16, 2 נאוועמבער 2006 (UTC)

איך האב דיר געענטפערט אין מיין רעדן-בלאט. ►רוני◄ 22:47, 2 נאוועמבער 2006 (UTC)
יישר כח רוני פארן פראבירן צו העלפן, דער פראבלעם איז געווען אז איך בין בטעות אריין אין העדפות שלי, און דארט גערירט די אויסשטעלונג. יעצט איז אלעס אין ארדענונג ב"ה.--אלזוז 22:48, 2 נאוועמבער 2006 (UTC)

די שרעקליכע אומדערהערטע עוולה פון א סיסאפ היינט[רעדאקטירן מקור]

באנוצער רוני האט אויסבלאקירט באנוצער יודל נאך וואלן וואס זענען פארגעקומען דערויף, איז געקומען באַניצער:Amsgila123 וואס מען האט קוים אמאל געהערט פון אים, און איך ווער גאר געוואויר אז ער איז א סיסאפ אויך, און ער האט אים צוריקגעברענגט. אט הערט די פאר האר אויפשטעלנדע פאקטן:

  1. זיין ווערן סיסאפ איז געווען אויף א אבנארמאלן אופן, יודל געבט אים א זאג אז ער ווערט סיסאפ, אן קיין שום הסבר, ער ענטפערט גארנישט, און ער איז סיסאפ!
  2. מען הערט קוים פון אים! ער האט געשריבן קארגע צען ארטיקלען! [1]
  3. אלע ארטיקלען אין וואס ער האט געשריבן האט יודל אויך דארט געשריבן!
  4. די ערשטע מאל וואס ער האט זיך באנוצט מיט זיין וואונדערליכע סיסאפ אייגנשאפט איז טאקע געווען יעצט, זיך אליינס צו שיצן.

דער פאליסי איז דא שרעקליך געבראכן געווארן, וויקעפעדיע קען "נישט" ווייטער אזוי אנגיין! אויב יא איז פארלוירן די גאנצע טראסט, עס קוקט אויס ווי א קינדערישע הנהלה ווי מען ארבעט אינטערן רוקן פונעם ציבור, אז יודל האט צוויי סיסאפ נעמען איז א עוולה שאין כדוגמתה!

  1. פאר דעם אליין דארף מען בלאקירן זיין נאמען און אייפי אדרעס אויף אייביג.
  2. די סיסאפ רעכטן פון עם סגולה איז אויך נישט קיין ספק אס מען דארף אוועקנעמען. פארוואס איז ער א סיסאפ? פארוואס אין די וועלט?
  3. קיין ספק אז מען מוז גלייך צוריק אויסבלאקירן יודל, און אוודאי אויף א לענגערע תקופה.
  4. און דא אפעליר איך נאכמאל, דער יודל האט אוועקגעשיקט א געוואלד גאר אקטיווע באנוצער. און אפילו פון די סיסאפן האט ער אויך פארשיקט. דעריבער בעט איך אז מען זאל מיר געבן די סיסאפ רעכט, אז איך זאל קענען ערפילן די חלל וואס מיר האבן פארלוירן.

דער יעצטיגע עפיזאד איז בלויז געווען דער קלימאקס, און האט געוויזן ווי ווייט קארופטירט א וויקעפעדיע קען זיין ווען מען לאזט אזא איינעם טוהן וואס ער וויל. דאס מוז דינען א לעקציע אויף היינט און ווייטער!--אלזוז 23:15, 2 נאוועמבער 2006 (UTC)

יעצט איז יודל באשטימט אלס א טראל אויף 3 טעג. זיינע שטערעריי וועלן שוין נישט ממשיך זיין. אויב ער וויל קען ער עפענען א נייער אקאונט און שרייבן בלויז ארטיקלען. אויב וועט מען בארמערקן אז ער הייבט אן צוריק אטאקירן אנדערע וועלן מיר אים גלייך אויסשפארן. סא זארג דיך נישט, יעצט קענען מיר שוין אנהייבן שרייבן ארטיקלען אן קיין שטער. ►רוני◄ 23:29, 2 נאוועמבער 2006 (UTC)

איך פארשטיי נישט, האסט אים צוריק בלאקירט? איך זעה דאך דאס נישט אין די לעצטע ענדערונגען?--אלזוז 23:32, 2 נאוועמבער 2006 (UTC)

איך האב אים נישט צוריק בלאקירט ווייל איך וויל וואס ווייניגער אויסניצן מיין שטעלע און מאכן דא דריק. נאך אלעס האט ער דא געאלפן א סך, און מיין ציל איז אים נישט צו רודפ'ן. איך וויל נאר זאל ער זיך "צוריקכאפן" און פארשטיין וואס די וויקיפעדיע איז. מצד שני פארשטיי איך דיין האס קעגן אים וואס ער האט דיר א סך אטאקטירט, אבער מיר זעהן אויך זיינע באשטייערונגען. אויך באניצער:שמאלץ האט גערעדט וועגן דעם ביי באניצער:Dannyס רעדן-בלאט. למעשה איז אונדזער וויקיפעדיע זייער קליין, און עס האט נישט קיין פנים צו שלאגן. אבער יעצט געבן זיך מיר פיל מער אכטונג פון דער באניצער-יודל. ביז יעצט איז ער געווען דא כמעט מיט מיר אליין, און עס איז געווען זייער שווער אים פארמיידן. ►רוני◄ 23:44, 2 נאוועמבער 2006 (UTC)
אויף יעדנספאל וועל איך אנגעבן א בקשה צו אראפנעמען עם-סגולה פון סיסאפ-רעכטן.

יישר כח--אלזוז 01:33, 3 נאוועמבער 2006 (UTC)

מען קען זיך נישט איינשרייבן[רעדאקטירן מקור]

איך האב א נאנטע חבר וואס וויל זיך איינשרייבן, זאגט ער מיר -און איך האב עס נאכגעקוקט עס איז טאקע אזוי- אז דארט ווי מען דארף אריינלייגן די אותיות וואס מען זעט אויפן בילד, זעט מען נישט קיין פיקטשער פון קיין אותיות, מען זעט בלויז טעקסט פון נומערן, און אז מען לייגט יענס אריין איז ער נישט צופרידן. (איך פארשטיי בכלל נישט פארוואס מען דארף דאס האבן, ביי אנדערע וויקעפעדיעס איז עס נישטא). ער קען זיך נישט איינשרייבן!--אלזוז 01:33, 3 נאוועמבער 2006 (UTC)

מען דארף רעכענען דעם חשבון. ווי צ.ב.ש. אויב עס שטייט 1+1 דארף מען שרייבן 2. ►רוני◄ 01:40, 3 נאוועמבער 2006 (UTC)

לעצטע צווייפלדיגע הילפסרוף פרואוו כי באו מים עד נפש![רעדאקטירן מקור]

מורי ורבותי! דער מצב דא אין וויקעפעדיע איז גענוג געווען אנגעשטרענגט ביז יעצט צוליב באנוצער יודל, עס איז געווען א טויטע בית החיים שוין חדשים לאנג, און אפילו די אלע נייע באנוצער וואס האבן זיך איינגעשריבן במשך די צייט האבן עס אפגעלאזט, איך גיי נישט דא נאכאמאל ארויפברענגען אלטע זאכן, אבער יעדער ווייסט פארוואס. איין זאך האבן מיר נאך געהאט אז מיר האבן געוואוסט אז רוני וועט נעמען די ריכטיגע שריט, און וועט וויסן וואס עס איז גוט פאר וויקעפעדיע.

יעצט אבער האבן מיר דאס פארלוירן!!!!

דאס איז וואס רוני שרייבט פאר יודל

[דא אונטן] און [דא] און [דא] און פיל נאך... דיין גאנצע הילף צום וויקיפעדיע איז צו ארויס לאזן דיין כעס, מאכן פאליסיס, אטאקטירן אנדערע מיט אויפווייזונגען, זיך ארום שלאגן אויף שטותים בשעת מיר האבן נאך נישט נארמאלע ארטיקלען, און בקיצור אופרודערן דער קליין וויקיפעדיע און פאדערן פון אונדז צו פיל אויפמערקזאמקייט, אין אנדערע וויקיפעדיעס וואלט מען דיך שוין לאנג ארויסגעפליגט. מיר האבן נישט קיין צייט צו נאכפאלגן דיינע שטותים וואס דו שרייבסט דא, די הילף-בלעטער מיט די פאליסיס איז אצינד נישט אינטרעסאנט פאר קיינעם. דער פאקט אז קיינער וויל דיר דא נישט מאכט דיר בעטן צו אפלאזן גערן די וויקיפעדיע. טאקע איך בין נישט זיכער אז ווען דו וועסט אפלאזן וועט גראדע אנהייבן זיך דא אויפלעבן ארטיקלען, איך מיין נישט אזוי, אבער איך גלויב אז צוביסלעכווייז וועלן דא יא קומען מער נארמאלע שרייבערס און אנפאנגען שרייבן ארטיקלען. אצינד זעט דער וויקיפעדיע אויס זייער נידעריג פון וועגן די קריגעריי וואס דו מאכסט דא, און די פאליסיס, סאטמאר נייעס און נאך. עס איז אינטרעסאנט צו אויפמערקן אז אפילו דער שווערסטער עקשן וואס דאס איז איך ליגט ביים גרעניץ פון נאך געבן און אפלאזן די וויקיפעדיע. איך זאג צו בעז"ה צו דיר מער נישט שענקען אויפמערקזאמקייט ביז ס'וועט דיר נמאס ווערן. ►רוני◄ 14:03, 19 נאוועמבער 2006 (UTC)

איך רוף אויס צווייפלדיג, הארצרייסענד, און איך האף מיין קול וועט נישט פאלן אין א מדבר, איך בעט יעדער וואס קען זאל זיך אנגארטלען און ארויסהעלפן!

טייערע ברודער אידיש שפראך רעדנערס פון איבער די גארער וועלט! מיר האלטן ביים פארלירן אזא גרויסע פראייעקט בלויז וועגן איין נארישע באנוצער! העלפט ראטעוועעעעעעט!!!!!

איך קען נישט אנצייגן גענוי מיט וואס צו העלפן, איך בין נישט צופיל באקאנט, אבער זאל אונזער געשריי דערהערט ווערן ביז די העכסטע פענסטער פון וויקעפעדיע אינסטאנצן! מיר זענען פארלוירן! רוני גיי נישט!!!! רוני מיר דארפן דיך!!! העעלפט!!!

איך וויל נישט דארפן צוקומען צו די מסקנה אז די צוויי דריי באנוצער דא זאלן דאס נעמען פאר א ביישפיל, פאקן פעק און גיין! איך פארלאנג א זאפארטיגע אפשפארונג פון יודל!!! אבער זאפארט!!!! אנדערע איז וויקעפעדיע ד-ע-ר-נ-א-ך!!!! הכ"ד הצעיר באלפי ישראל--אלזוז 14:16, 19 נאוועמבער 2006 (UTC)