װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל/פעברואר ארכיוו 2009

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

נייעס פון די אקטועלע געשענישן פארטאלן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז זייער נישט קיין יושר אז ווען א זוכער זוכט עפעס א נאמען אין אידיש אויף גוגל קומט ארויף די פאפולעריטעט פונעם פערזענליכקייט מיט רעזולטאטן פון אונזער אקטועלע געשענישן זאמעלונגן. אויב מיר וואלטן ווען ווייטער אנגעהאלטן די אקטועלע דערהייניטגונגן וואלט ווען זיך ארויסגעשטעלט דער גאנצער בילד פון די נייעס. אבער וויבאלד מיר האבן בלויז געשטעלט איין און א האלב יאר המשך די נייעס קומט דאך אויס אז מענטשן ווערן באשמוצט אן א קאנטעקסט. למשל עס איז דא איינער א גאר חשובער איד וואס איז געווארן ארעסטירט דורך א שמוציגן בלבול און גאר לעצטענס ריין געוואשן געווארן גענצליך וואס אין אידישן וויקיפעדיע איז ער אטאמאטיש באשמוצט דורך ציטורירן טעגליך דאן די פרשה, און קיינמאל נישט באשריבן געווארן די צווייטער זייט פונעם מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט ערשט דערנאך ווען מיר האבן שוין נישט אויסגערעכענט טעגליך די נייעס. איז דעריבער וויל איך אלעס אויסמעקן, כדי וויקיפעדיע זאל נישט עובר זיין אויף איר אייגענעם גרונט פרינציפ און יסוד פון נישט באשמוצן מענטשן אומנאטראל. א דאנק.--ווארצגאנג 15:49, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)

ביסט אײַנגעלאַדנט אױסצומעקן אַלע יענע נידעריקע נײַעס. ►רוני◄ 19:11, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)
וואס עס איז נידעריק איז לויט אייער פערזענליכער אפשאצונג! [מיר איז גארנישט נידעריג עס האט נאר א זייטיגע פראבלעם אבער עס איז אפשר הויך] איך רעדט נאר בלויז פונעם ענין אויסצומעקן אלעס! אן קיין שום לאנגער פראדעצור וואס איך קען נישט האבן די צייט דערפאר און איך גלייב אז קיינער האט נישט די צייט דערפאר צו אויסזיפן און אפשיידן הויכע פון נידעריגע א.א.וו. דעריבער פרעג איך צו מען לאזט מיך אויסמעקן דאס גאנצער טעגליע אקטועלע געשענישן זאמעלונג - הויכע צוזאמן מיט נידעריגע - מכוח מיין אנגעגעבענעם סיבה אויבן אדער נישט? פארוואס נישט איז דען דא אזויפיל הויכע?--ווארצגאנג 14:26, 29 יאַנואַר 2009 (UTC)

שוין איך זעה אז איר שווייגט דאן גיי איך נישט מעקן ווייל עס איז א ביטערער שווערער ארבייט הגם איך וואלט געהאלטן יא מעקן אבער קאנסענסוס זאגט אז נישט עפעס מיט א סברה אז מער זענען גאר הויך באשפריצט און מען טאר דאס נישט מעקן אבער כדי צו אדרעסירן מיין אישו אז די נישט ווייטער אפדעיטעט שאפט א פראבלעם וועל איך בלי נדר פון היינט מאל אן יא אפדעיטן ושלום על ישראל. א דאנק פאר אייער אפרוף--ווארצגאנג 15:48, 2 פעברואר 2009 (UTC)

אויפפאדערונג פון די סיסאפן: ביטע העלפט די קהילה דאס אריינשטעלן אין די זייטן מעניו ווי אלע וויקיס[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אפדעיט דאס איז דערווייל שוין דערהיינטיגט געהעריג נאר די סיסאפס ווילן דאס נאך נישט לייגן אין די זייטן מעניו, צוליב געוויסע סיבות כאטשיג ביידע האבן שוין אנטייל גענומען אין דעם און אין אלע וויקיס איז דאס אין דעם סייבאר אונטער דעם נאוויגאציע אפטיילונג פון יעדן בלאט. אבער זייער עקשנות שרייט דאך ביזן לב השמים, ער טרעפט צייט צו באוועגן און מעקן יענעם'ס ארבייט נאכאנאנד אן זיך דורכרעדן און אראפגענומען בילדער אבער ער עקשענט זיך דאס נישט ארויפלייגן ווייל לויט אים איז דאס נישט גענוג דערהיינטיגט...[1] און דער אנדערער ניק האט גאר געזאגט אז עס איז יא גוט ארויפגעלייגט ווערן ווילאנג מיר ליסטן גארנישט איבער אידישע ארטיקלן[2].... דא האלטן מיר צייט און יושר וועט מאכן זיינס און דאס וועט אי"ה ארויפגיין מיט געדולד.--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע 17:13, 16 פעברואר 2009 (UTC)

בנוגע בעטן אויסצומעקן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין אלע וויקיפעדיעס איז די ביטע פון איין ווארט מעקן - נישט ח"ו שנעל מעקן נאר מעקן נאך א העפטיגע שמועס פון קאנסענסוס בויען.

ווייל וויקיפעדיע איז יעדן'ס נכס קיינער קען נישט בעטן אויסצומעקן בלעטער וואס אנדערע האלטן אז מ'דארף יא האבן. [מקען בלויז זיך צונויף זאמעלן פרובירן שאפן א קאנסענסוס אויף א מיטעלער פשרה] איז האט נישט קיין פשט אנצופירקלן יענעם'ס ארבייט מיט א באפעל אויסמעקן, נאר אויב עס איז קעגן די פאליסיס, ווי לשון הרע שקר אדער סתם וואנדאליזם, וואס אויף דעם איז ממילא דא דער מוסטער שנעל מעקן.

א שטיקעלע פראבלעם שאפט זיך אבער אז טאמער איינער מאכט א טעות ביים טייפן דעם קעפל האט ער נישט קיין צייט צו טייפן די אריכות'דיגער ביטע שנעל מעקן און מ'שרייבט מעקן סתם. - אבער איך האלט אז פונקט פארקערט אויב וועט מען מוזן שרייבן איין ווארט מער וועט מען מאכן ווייניגער טעותים.

דעריבער איז פון היינט מאל אן סתם א ביטע צו מעקן און משרייבט נישט שנעל מעקן דאן בלויז א פארלאנג זיך דורכשמועסן זעהן אויב אנדערע ווילן אויך מעקן און דערנאך וועלן די סיסאפס פרובירן זעהן וואס איז דער בעסטער מסקנה.

ווידעראום אויב פארלאנגט זיך נישט קיין שמועס און מ'האלט אז דאס איז אין קאטעגאריע פון אויסמעקן אן קיין פיפס איז דאך דאס שנעל מעקן. דעריבער מעג מען אזויפיל טאן און צושרייבן איין ווארט שנעל.

ביטע אויפפאסן פונעם חילוק.

איך האב נישט געפילט פאר וויכטיג צו דאס פרעגן צו מאיז מסכים צום טויש צו נישט קודם כל ווייל עס איז געווען א טעות'דיגער מנהג זעהט די ענגלישע וויקיפעדיע, און נאכדעם ווייל זיין דרייסט מיינט אז מען מוז טאן זאכן אפילו א געאיילטער אומיושערדיגער מנהל וועט בלאקירן דאס איז דאך די גאנצער איידיע פון זיין דרייסט. איך בין יוצא מיטן מעלדונג דא אויף מכאן ולהבא מען זאל דאס וויסן און נישט מער לייגן 'מעקן' סתם אזוי פאר שנעל מעקן.

א דאנק--ווארצגאנג 22:44, 29 יאַנואַר 2009 (UTC)

פראגרעס באריכט: איך האב שוין געטוישט די מוסטערן וואס פארבינדען צו דעם קאמענד עס איז נאך דא פיל ארבייט איך בין איצטערט ביזי אלע טעכניש השלכות זעהן אז עס זאל שטימען ווייל נאך אזויפיל יארן פירן זיך בטעות איז באשאפן פיל מוסטערן קאטעגאריעס און רידיירעקטס וואס מען דארף זעהן צו פאריכטן א גוטן שבת טייערע ברודער--ווארצגאנג 15:32, 30 יאַנואַר 2009 (UTC)
פראגרעס בארכיט נומער 2: איך ווארט אז מען זאל זיך אפרופן בנוגע דעם אויסמעקן מוסטער וואס איז איצט אין דעם פארעם פון איך בין מסכים וואס איז זייער נאריש. דערנאך וועל איך אי"ה קאפירן פון ענגלישן ווארט ביי ווארט דעם מעקן מוסטער וואס דארטן מיינט דאס א רוף מיט א לינק צו שאפן קאנסענסוס אין א וואלן מוסטער וואס פירט צו דעם צענטראלן פלאץ פון די בלעטער מעקן פראיעקט צוזאמנארבייט א דאנק.--ווארצגאנג 15:52, 2 פעברואר 2009 (UTC)