װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל/יולי ארכיוו 2007

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Crystal Clear app file-manager.png ארכיוו פון װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל  
2005 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2006 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2007 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2008 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2009 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2010 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2011 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2012 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2013 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2014 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2015 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2016 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2017 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2018 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער

אויסמעקן דעם "אינטערשפראך מוסטער" ?[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

סיבות פארוואס יא[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • קיין איין וויקי האט עס נישט.
  • עס פארמיעוס'ט די וויקי.
  • עס צומישט נייע באנוצער, מען וויל לייענען א שיינע ארטיקל, און מען ווערט אינגאנצן צומישט פון די נארישע מוסטער.
  • מען קען עס לאזן דעם מוסטער פאר א קאטעגאריע, אזוי וועט וויסן פארוואס מען דארף צולייגן אן אינטערוויקי.
  • א געוויסער באנוצער נוצט די מוסטער צו טרערארזירן, און ארויף צוברענגן זיין עדיט'ס.
  • די זעלבע צייט וואס מען לייגט אריין די מוסטער קען מען שוין לייגן אן אינטערוויקי.

--טעכניקער 15:21, 15 יולי 2007 (UTC)

אפשלאגוגען אויף די טענות[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. אנדערע וויקיס האבן אן אנדער וועג וויאזוי צו בעטן פון די קהילות זייערע צו לייגן אינטערשפראך לינקס. דאס איז אונזער מהלך צו האבן אלע ארטיקלן וואס זייער תוכן איז אין פראגע צייכן אז מען זאל שטעלן א אינטערוויקי צו זעהן וואס און וויאזוי צו פארעכטין.
  2. עס פארשענערט אבער אויך אין א געוויסן זין אז אנדערע וועלן דאס לייגן אן אינטערשפראך דורך די מוסטער.
  3. עס צומישט און עס באדערט וועט מען זיך מער מטריח זיין צו ברענגן די פאסיגע ארטיקל אינטערוויקי כדי צו פארעכטן די אינהאלט זאל זיין אויסגעהאלטן. אויב מען וויל קען מען דאך דאס מאכן גאר קליין אז דאס זאל נישט זיין אזוי שרייעדיג און רוני האט דאס שוין געטאן.
  4. מען וויל דאך אבער האבן די אינטערשפראך לינקס פאר די ארטיקלן און נישט בלויז די קאטעגאריעס.
  5. אויב א געוויסער באנוצער נוצט דאס צו טעראריזירן זאל מען יענעם בלאקירן. א קאר איז א גוטע טול אויב נוצט דאס איינער צו איבערפארן מענטשן בלאקירט מען דעם דרייווער נישט די קאר איז די שולד.
  6. א מוסטער איז ביי די האנט און זוכן דעם אינטערוויקי נעמט אסאך צייט, עס איז טאקע געאייגענט נישט צו לייגן דעם מוסטער פארן ספענדן כאטש א פינף מינוט אלייןס זוכן דעם פאסענדער ארטיקל.--יודל 19:37, 15 יולי 2007 (UTC)

האט רוני א רעכט צו בלאקירן יודל ווען ער אביוזד דער וויקי ?[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט מיך ארויסבלאקירט אינמיטן דאס וואס ער איז געווען אין א עדיט מלחמה צו די בילד פון התבודדות [1] וואס איז ביי אלע וויקיעפדיעס אויף דעם ארטיקל פאסט זיך צו נישט. לכוארה אויבן אויף איז דאס שטארקע אביוז אפילו דאס איז בלויז געווען אויף פופצען מינוט ווייל ער טאר זיך נישט באנוצען מיט זיין כוח אויף עוולות ווען ער איז אין עדיט קריג מיט דעם ארויסבלאקירטן, אפילו ווען איך וואלט ווען געטאן אן עוולה, אבער דא האב איך דאך נישט גארנישט געטאן קיין עוולה. סך הכל האלט ער אנדערשט ווי מיר. די סטוארטס זאגן אז זיי קענען דערווייל גארנישט טאן ווילאנג די קהילה האט נאך נישט געזאגט איר מיינונג אויף פארקערט ווי פאריגע וואך וואס מען האט אים דא נארוואס געגעבן א נייער שאנס און געוועילט פאר מנהל, דעריבער בעט איך דא יעדן איינעם זיך צו לאזן הערן צו דאס איז טעלארירבאר צו נישט?--יודל 19:26, 15 יולי 2007 (UTC)

דאס וואס רוני האט געטאן איז זיכער עפעס וואס די קהילה דא קען פארנעמן, איך האלט אז די שאלה איז ענדערש צו עס קומט אז מען זאל אויסבלאקן יודל נאר פארן ארויפברענגן די שאלה קעגן רוני. און די סבה צו דעם איז נישט דאס אז ער האט ארויפגעברענגט עפעס קעגן רוני, נאר וואס אונז אלע ווייסן מיר (ליידער פון די פארגאגנהייט) אז יודל לאזט נישט נאך און וועט רודף'ן ביז מען וועט אים אויסשפארן אינגאנצן, כדי ער זאל קענען גיין און שרייען און איבערדרייען א וועלט. און דערפאר האלט איך אז יעדע קלייניגקייט פון יודל וואס שמעקט נאר מיט אומרואיגקייט - כולל די שאלה צו רוני הא אביוזד זיין כוח (נאך מיט אזא שחצנותדיגע נאכאמאל כאילו עס איז קלאר ער האט דאס שוין געטאן אין די פארגאנגענהייט) - פארלאנגט אז מען זאל אים אויסשפארן, כאטש פאר אפאר מינוט.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 19:40, 15 יולי 2007 (UTC)
Symbol support vote.svg איך בין מסכים, איך ווינדער מיך נאר פארוואס ער האט נאר דיר בלאקירט פאר 15 מינוט, א טאג וואלט ווען געווען בעסער --טעכניקער 19:47, 15 יולי 2007 (UTC)
Symbol support vote.svg איך בין מסכים. דאס בילד איז נישט אין פלאץ, נישט וועגן נשים אדער וועגן סעקס, נאר ווייל עס באלאנגט נישט דארט. וואס זאל מען טאן אז ידער פארשטייט עס נאר די נישט?--אלץ-ווייסער 22:07, 16 יולי 2007 (UTC)
רוני האט זיך באנוצט מיט זיין כח פאר די ריכטיגע זאך, ער האט בלאקירט איינער וואס קומט זיך אים צו ווערן בלאקירט, איך האף ווען רוני וועט זעהן נאך ארטיקלעך וואס איינער לייגט אהין אריין סעקס און קרומקייטן וועט ער זיך ווייטער באנוצען מיט זיין כח וואס מיר האבן איהם געגעבן.--יודישער שרייבער 19:54, 15 יולי 2007 (UTC)
די קהילה דא האט געגעבן רוני דעם כח דאס צו טון, און מיר זענען אינגאנצן מיט רוני. ער זאל נאר נישט ציטערן דיך אינגאנצן צו בלאקירן ווען עס פעלט אויס.--למדן 19:55, 15 יולי 2007 (UTC)
הארך אויס רוני טייערע, אויב איר בלאקירט נישט דעם יודל לצמיתית, האט איר אונז אלע פאראטן און אונז וויל מיר תיכף פרישע וואלן, דאס איז געווען די הויפט און ערשטער אגענדע פון אייער אויפנאמע, צו פטור ווערן פון דעם יודל'ן. וואס האמיר פון אייער מנהלות אז ס'שוין פאריאיבער א וואך און דער יודל בונטעוועט נאך אלס און פירט אונז ביי די נאז? רוני טייערע! פארגעס נישט! איר האט די פולקאמע שטיצע פון די קאמיוניטי, אל תירא ואל תחת, טוה צו די זאך! --נאך עפעס א יודל 20:29, 15 יולי 2007 (UTC)

האט רוני א רעכט צו שרייבן שקר ביים בלאקירן?[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט מיך בלאקירט שרייבענדיג אז איך האב עובר געווען אויף 3RR ראלע דאס איז א שקר איך האב נישט עובר געווען דערויף. איך בעט די קהילה זאל זעהן אז דער רוני האלט ווייטער אן מיט זיין העכערע כוח דא צו בלאקירן באנוצער. דריי מאל צוריקדרייען איז נישט קיין איסור נאר פיר מאל דאס הייסט מער ווי דריי מאל אין איין מעת לעת. דער קהילה האט געוויסט ווער דער רוני איז און דאך האט מען אים געגעבן נאך א שאנס. אבער לויט ווי עס קוקט אויס לערענט ער זיך נישט און טוישט זיך נישט זיינע וועגן.--יודל 17:35, 24 יולי 2007 (UTC)

נאמען פון בלאט[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

יישר כח פאר ווער עס האט געוישט די נאמען פון דעם בלאט, איך האט אויך געטראכט אז בית המדרש איז נישט פאסיג. --משגיח 15:54, 23 יולי 2007 (UTC)

טוישן די נאמען פון א בלאט[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

היות עס מאכט מחלוקות און חרבנות (אין רוב פעלער) ביטע גיבט אייער שטימע.

פאר מען טוישט די נאמען פון א בלאט (נישט קיין נפקא מינה פאר וועלעכע סיבה), דארף מען דאס קודם דורך שמועסן אויף די רעדן בלאט, און מען קען דאס טוישן נאר נאך לכה"פ דריי טעג, און נאר אויב עס האט א רוב פון 60% די ארגינעלע נאמען באקומעט אוטומאטיש 1 שטימע ביים אונהייב פון וואלען, (דאס איז די שטימען פונעם מחבר, דער מחבר דארף נישט שטימען).

דערפאר[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Symbol support vote.svg איך בין מסכים --משגיח 17:32, 25 יולי 2007 (UTC) איך שטיץ רוני'ס פארלאנג. --משגיח 17:46, 25 יולי 2007 (UTC)
  2. Symbol support vote.svg איך בין מסכים און אלע ביז איצטיקע ארטיקלען זאל מען צוריק טוישן צום שרייבערס ווערסיע --►רוני◄ 17:41, 25 יולי 2007 (UTC)
  3. Symbol support vote.svg איך בין מסכים איך שטיץ, און איך שטיץ אויך רוני'ס פארלאנג.--יודישער שרייבער 17:44, 25 יולי 2007 (UTC)
  4. Symbol support vote.svg איך בין מסכים מיט דעם וועט ווערן ווייניגער מחלוקת. וועגן די אלטע טוישונגען מיין מיינונג איז „מאי דהוה הוה" ס'איז נישט כדאי צו מאכן אן איבערקערעניש אויף דער פארגאנגענהייט. די תקנה זאל זיין פון היינט און ווייטער. --פוילישער 18:16, 25 יולי 2007 (UTC)
  5. Symbol support vote.svg איך בין מסכים --אלץ-ווייסער 18:45, 25 יולי 2007 (UTC)
  6. Symbol support vote.svg איך בין מסכים --טעכניקער 20:07, 25 יולי 2007 (UTC)
  7. Symbol support vote.svg איך בין מסכים --למדן 22:01, 25 יולי 2007 (UTC)
  8. Symbol support vote.svg איך בין מסכים -- --א.עפשטיין 23:13, 25 יולי 2007 (UTC)

דערקעגן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעזולטאט[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

נישט באוועגן נעמען פון ארטיקלען אן זיך דורך רעדן און האבן רוב (צום ווייניקסטן דריי). ►רוני◄ 19:36, 26 יולי 2007 (UTC) אויב ווילט איר טוישן די נאמען פון א ארטיקעל דארפט איר דאס אויפברענגען אין די שמועס בלאט פון יענעם ארטיקעל. און מאכען וואלן.

כדי צו קענען טוישן דעם קעפל מוז זיין דריי באנוצער וועלעכע ווילן טוישן קעגן דעם ווילן פון דעם מחבר, דאס וועט ווערן גערעכענט אזוי.

די ערשטע שטימע איז פון דעם מחבר, די פאקט אז דער מחבר האט אויסדערוועלט דעם נאמען גיבט שוין דעם ערשטע שטימע נישט צו טוישן, (דאס איז א אוטומאטישע שטימע), דאן ברויכן דריי באנוצער שטימען יא צו טוישן. אויב וועלן מערערע באנוצער נעמען א חלק אין די וואלן דאן פאלט דאס פון 3 קעגן 1 צו 2 קעגן 1 לדוגמא. אויב קומט נאך א באנוצער צום הילף פון מחבר ד.מ. אז עס איז דא 2 וואס ווילן נישט טוישן איז גענוג אז 4 ווילן יא טוישן.

אויב דער מחבר איז נישט געווען אקטיוו אין די לעצטע חודש, דאס הייסט אז ער האט נישט געמאכט קיין עדיטס אויף קיין שום זייט, דאן איז גענוג אויב 2 באנוצער ווילן א טויש, ווייל די אוטאמאטישע שטימע פון דעם מחבר פאלט אוועק.

וואלן מוזן זיין אקטיוו לכל הפחות 3 טעג.

פאר איר הייבט אן די וואלען לייגט ארויף דעם מוסטער.

די וואס וועלן עובר זיין אויף די תקנה 2 מאל א וואך קענען ווערן בלאקירט אפילו נאר מיט איין ווארענונג.

די וואס וועלן עובר זיין אויף די תקנה 3 מאל אין די זעלבע וואך קענען ווערן ארויסבלאקירט אפילו אן א ווארענונג.

די שטראף פון ווערן בלאקירט איז לכל הפחות אויף א וואך, עס קען אויך זיין אויף מער אויב די סיסאפען שפירן דאס פאר וויכטיג. ►רוני◄ 20:31, 26 יולי 2007 (UTC)

שמועס/אויפקלערונג אויף אייער שטומע[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

איך זעהן נישט קיין חילוק אז די וואהלן זאל נאר אנגיין פון יעצט און ווייטער און ביז יעצט נישט ? פארוואס ? אויב איז עס ריכטיג דארף עס זיין אייביג ריכטיג אפילו ביז איצט, אויב איז עס נישט ריכטיג דארף עס פון יעצט און ווייטער אויך נישט זיין אזוי. איך האלט עס איז נישט ריכטיג ווען איינער א גוטער שרייבער שרייבט א זאך, ער האט געזוכט די אינפארמאציע און האט זיך געפלאגט צו שרייבן, קומט אהן איינער און דרייט און מאכט ווייל ער האלט אנדערש, עס מאכט זיך אמאל אז א שרייבער מאכט א טעות איז מען איהם מעורר, בדרך כלל וועט מען מודה זיין, אויב נישט גייט מען צו וואהלן --יודישער שרייבער 17:47, 25 יולי 2007 (UTC)

איז אזוי אויב דער שרייבער האט דא טאקע הונדערט ארטיקלן געשריבן ווייסן מיר אז ער האט זיך באמת געפלאגט. דאן בין איך מודה צו דיר. אבער אויב דער שרייבער איז סתם אן אייפי אדרעס אדער א באנוצער וואס זוכט דא אונטערברענגן דאן פארוואס זאל מען אים געבן מער כוח ווי אנדערע באנוצער? לגבי ביז איצט בין איך מסכים ביסט לכוארה גערעכט כאטשיג איך וועל דאס נישט טאן ווייל מען גייט איצט אנהייבן נייע מחלוקת וואס איז די פראבלעם אז מען רעדט זיך דורך אויף די אלטע געהעריג אזויווי פון ביז איצט און ווייטער?--יודל 17:51, 25 יולי 2007 (UTC)
איך בין מודה צו יודל אז עס קומט נישט פאר איינער וואס האט ווייניגער ווי הונדערט ארטיקלן מער כח ווי אנדערע באנוצער--יודישער שרייבער 17:53, 25 יולי 2007 (UTC)
עס איז שווער דורך צוגיין אין מאכען יעצט וואלען, אויף אלע אלטע 100ער בלעטער וואס ליגן אין מחלוקות, פארדעם שטיץ איך אז מען זאל געבן דעם רעכט פארן מחבר פאר מען טוישט דאס. דאס איז בנוגע אלע אלטע בלעטער. בנוגע די נייע, אוודאי קומט נישט פארן מחבר מער כוח פון א צווייטער נישט קיין נפקא מינה צו דער מחבר האט 5 עדיטס צו ער האט 5,000 אבער כדאי צו טוישן דערף מען האבן א רוב. (בכלל זעה איך נישט אין די וואלען וואו דער מחבר ווערט געשאנקען מיט מער כוח, ביטע אויפקלערן וואו איר זעהט דאס) --משגיח 17:59, 25 יולי 2007 (UTC)
איך האב עס שוין אראפגענומען דעריבער זעהסטו דאס נישט. אלע אלטע בלעטער איז פונקט ווי די נייע איינער טוישט פון היינט מאל אן זאל ער זיך דורכרעדן.--יודל 18:00, 25 יולי 2007 (UTC)

פארוואס וויל יודיל נישט שטימען דא ?--יודישער שרייבער 18:02, 25 יולי 2007 (UTC)

איך האב שוין געזאגט אין די קורץ ווארט סאיז נישט קיין נפקא מינא קענסט מיך פרעגן אין מיין רעדן בלאט.--יודל 18:03, 25 יולי 2007 (UTC)
איך מיין אז ווייל ער וויל נישט געבן קיין הנאה פאר רוני פארקוקט ער פון די אינטרעסן פונעם וויקי, איך האפ אז נישט--יודישער שרייבער 18:04, 25 יולי 2007 (UTC)
יודישער שרייבער איך האב דיר געזאגט נאכמאל דא איז א פובליק בית מדרש הער אויף צו רעדן צו מיר פריוואט דא פאר אלע מיינע אנגעלעגענהייטן נוץ מיין רעדן בלאט. פארדריי נישט די שמועס. א ייש"כ--יודל 18:06, 25 יולי 2007 (UTC)

דער מחבר דארף ענטפערן צו דאס איז געווען א טעות סתם צו ער האלט טאקע אזוי, איך בין מודה מיט דעם צו יודיל--יודישער שרייבער 18:10, 25 יולי 2007 (UTC)

דער מחבר דארף לויט מיין דעה נישט ענטפערן די פאקט אז ער האט אויסדערוועלט דעם נאמען זאגט שטארק אז דאס איז וואס ער האלט, בנוגע הנהלה איז זיכער אז אלע פאליסיס זענען בינדער צו די הנהלה אויך . --משגיח 18:12, 25 יולי 2007 (UTC)
אויב ער שווייגט איז עס שתיקה כהודאה אויב איז ער נישט אין די וויקי פאר דריי טעג מיין איך האט נישט קיין פשט צו ווארטן נאך צייט.--יודל 18:13, 25 יולי 2007 (UTC)
דער פאקט אז דער מחבר האט אויסדערוועלט דעם נאמען פאר ער האט אונגעהויבן שרייבן דעם ארטיקעל, זאגט אז דאס איז וואס ער האלט, ער ברויך זיך נישט איבערחזרן אין די וואלען. שתיקה כהודאה ארבייט נישט ווייל אסאך באנוצער ווילן זיך נישט אריינלאזען אין וויכוחים מיט דעם פארדרייער. --משגיח 18:18, 25 יולי 2007 (UTC)ֿ

קוק משגיח, איך האב געשריבן אן ארטיקל "איסטניס", מען האט מיך מעורר געווען אז אין די משנה שטייט אסטניס, איך בין גערן מסכים אויב עס איז מיין טעות זאל מען מען פארעכנטען, אויב איך געבן נישט מיין שטימע מיינט עס אז מען נעמט אהן אז איך באשייטיי דירעקט אויף איסטעניס מיט א יוד, דאס איז נישט ריכטיג, פארוואס קען דער מחבר נישט געבן זיין שטימע אזוי ווי אנדערע ?, אמת ער ברויך זיך נישט אריין לאזן אין וויכוחים ער ברויך נאר זאגן יא אדער ניין--יודישער שרייבער 18:20, 25 יולי 2007 (UTC)

די ברענגסט אויף א גיטע נקודה מיט א גוטע משל, הער צו, ווען די האסט געשריבן מיט א איד בין איך געקומען אין געזאגט אן א י אויך יודל האט געזאגט אז אויב אין משנה שטייט אזוי איז ער מסכים צום טויש, ממילא איז נישט קיין נפק"מ וואס די האלטס, אוודאי מעג דער מחבר מסכים זיין אויב האט ער געמאכט א טעות און אין אזא פאל דארף מען נישט קיין וואלען. אבער אויב דער מחבר וויל זיך נישט אונריפען קען מען נישט ניצן דאס אלס א הסכמה. --משגיח 18:23, 25 יולי 2007 (UTC)
אידישער שרייבער איז גערעכט. וויקיפעדיע איז געבויט אז יעדער האט די זעלבע כוח דער שרייבער פון ארטיקל מוז ענטפערן טאמער מען פרעגט אים איבער זיין טעות אויב נישט איז זיין שווייגן אויסגעטייטש ווי א שטימע מיטן פרעגער שתיקה כהודאה דאס איז דער גאנצער יסוד דא פון וויקיפעדיע אז מען רעדט זיך דורך. נאר נאכדעם וואס קיין קאנסענסוס איז נישט דא מאכט מען וואלן אין געוויינליך איז 75 פראצענט אבער איך גיי מיך נישט שלאגן מיט אייך איבער די פראצענטן וואס מען זאל דא זיך פירן ווייל ממילא טוען די הנהלה דא מעקן און בלאקירן אן זיך דורכרעדן.--יודל 18:24, 25 יולי 2007 (UTC)

משגיח, מען קען עס נישט נוצען א הסכמה אויף איבערפירן, אבער קען מען עס נוצען א הסכמה אויף נישט איבערפירן ? אפשר נאכן הערן די טענות האט ער געטוישט זיין מיינוג, --יודישער שרייבער 18:27, 25 יולי 2007 (UTC)

ווען איינער טוישט זיין מיינונג רופט ער זיך אן אזוי ווי די האסט געטון אין איסטניס. --משגיח 18:28, 25 יולי 2007 (UTC)
און טאמער רופט מען זיך נישט אן ביז דריי טעג און דאס איז א שמועס דערוועגן מיינט דאס אז ער איז מסכים. און אויב איז ער נישטא אויף דריי טעג קען מען נשיט ווארטן עד שיבוא אליהו און פרירן דעם וויקיפעדיע.--יודל 18:30, 25 יולי 2007 (UTC)
אויב ניצט מען שתיקה כהודאה האט מען גארנישט אויפגעטון מיט די גאנצע וואלען. פארוואס? ווייל דער-פארפירער וועט מאכען א מוסטער וכדו' וואס פאדערט טוישן די נאמען אויפן בלאט און וועט אונשמירן 100ער בלעטער, דערנאך וועט דער עולם זיין פארנימען איבערן קאפ מיט וואלען אויף טוישען, אבער אויב ניצט מען נישט שתיקה כהודאה וועט דער פארדרייער מוזן האבן לכה"פ די הסכמה פון נאך איין באנוצער צו טוישן דאס וועט פארמיידן רוב מחלוקות. --משגיח 18:32, 25 יולי 2007 (UTC)
זאל מען נישט מאכן קיין מוסטער צו טוישן נעמען. וועסטו נישט האבן דיין פראבלעם. און אויב איז דא הונדערט בלעטער וואס דארפן געטוישט ווערן דארף דאס געהעריג דורכגערעדט ווערן און זאל זיין ארבייט פארן עולם וויקיפעדיע זיכט נישט איינצוצוימען אונזער ארבייט--יודל 18:37, 25 יולי 2007 (UTC)
מען קען טאקע נישט ווארטען עד שיבאו אליהו אבער אויב דאס ברויך באמת א טויש איז נישט שווער צו טרעפון צוויי באנוצער וואס זאלן מסכים זיין צום טויש. אויב איז טאקע נישט דא צווי זאל דאס טאקע בלייבן דאס מיינט אז די טויש איז נישט וויכטיג. --משגיח 18:34, 25 יולי 2007 (UTC)
נו נו מיטן שווייגן פונעם שרייבער און דעם רצון פון דעם אנדערן באנוצער האבן מיר צוויי דאס איז דאך זייער גוט.--יודל 18:37, 25 יולי 2007 (UTC)
משגיח איך דערהער דיין נקודה. איך דארף זעהן וויאזוי עס וועט זיך ארבייטן, קודם האב איך שוין געשטימט אזוי ווי די ווילטס, און אויב עס וועט זיך נישט אויסארבייטן גוט, דאס הייסט אז די טענות פון יודיל וועט באשטעטיגט ווערן, דאן ווען מען נאכאמהל מוזן געבן די וואהלן וויאזוי יודיל וויל--יודישער שרייבער 18:40, 25 יולי 2007 (UTC)
די ארגינעלע נאמען באקומעט אוטומאטיש 1 שטימע ביים אונהיים פון וואלען, (דאס איז די שטימען פונעם מחבר, דער מחבר דארף נישט שטימען).

דער מחבר האט רעכט נישט צו ענטפערן, אויב איז דער מחבר נישט גערעכט וועלן זיך זייער גרינג מאכן צוויי וואס וועלן מסכים זיין צום טויש, שתיקה כהודאה ארבייט נישט דא. --משגיח 18:41, 25 יולי 2007 (UTC)

אויב וועט זיך דאס נישט אויסארבייטען בין איך (אין איך גלייב אז אויך יעדער) מסכים פאר נייע וואלען. א נייע תקנה איז נישט תורת משה, סיי וועלעכע תקנה (אלטע צו נייע) וואס ארבייט נישט פאר די טובה פון וויקי קען ווערן געטוישט דורך וואלען. --משגיח 18:43, 25 יולי 2007 (UTC)
איז אזוי אויב עס ווערט דערפון א שמועס און נאך איינער זאגט פארקערט פונעם באנוצער וואס וויל באוועגן איז דא צוויי זיין פון די מטבע דאן קען מען אנעמען אז דער מחבר האט א סיבה פארוואס ער שווייגט אבער טאמער די זאך וואס מען שרייבט אין רעדן בלאט איז נישט גענטפערט ביי קיינעם נישט נאך דריי טעג איז דאס דאס א דבר פשוט אז קיינער האלט נישט פארקערט און די שרייבער האט געמאכט א טעות.--יודל 18:48, 25 יולי 2007 (UTC)

איך פארשטיי נישט, יודל וויל נישט שטימען, ער וויל מסביר זיין וויאזוי אונז דארפן שטימען ווען ער שטימט נישט ! עס איז נישט מאסגעבנד וואס ער זאגט ביז ווילאנג ער שטימט נישט--יודישער שרייבער 18:51, 25 יולי 2007 (UTC)

יודל די האסט א ברירה צו שטימען קעגן דעם פארשלאג, הער אויף צו באלעסטיגען מיט אומניצבארע וויכוחים, אויב דער באניצער שווייגט קען זיין אז ער איז מסכים קען זיין אז ער וויל נישט פירן וויכוחים קען זיין אז ער ווייסט בכלל נישט אז איינער וויל טוישן דעם נאמען ס'קען זיין 500 סיבות, אינטערשטע שורה אויב ברויך דאס באמת א טויש איז זייער גרינג צו טרעפן צוויי באנוצער וואס זאלן מסכים זיין צו טויש און אויב איז נישט דא צויי זאל דאס בלייבן אזוי דאס מיינט אז די טויש איז נישט וויכטיג. --משגיח 18:52, 25 יולי 2007 (UTC)
איך האב שוין ערלקערט פארוואס איך שטים נישטא בכלל קוקטס אין מיין רעדן בלאט. איך בין בארעכטיגט צו אפלערנען און זיך דורכרעדן די געזעצן פון וויקי איר קענט מיך אנפייפן און בלאקירן אבער אין מיינע אויגן איז דאס שווייגן פון א באנוצער א שתיקה כהודאה. עס איז נשיט שייך צו ערלקערן אין א וויקי אז איך וויל אזוי און איך מוז מיך נישט דורכרעדן. אויב ווילט איר מאכן וואלן אויף דעם איז דאס זייער גוט אבער דערווייל זעה איך דא א אומקלארקייט.--יודל 18:55, 25 יולי 2007 (UTC)
אויב די ווילסט נישט נעמען א חלק אין די וועלען געזינטערהייט אבער הער אויף צו פארדרייען א קאפ דא, נאכאמאל שתיקה כהודאה ארבייט נישט דא און די ווייסט פארוואס, ווייטער וועגן די תקנות פון וויקי, אויף דעם איז דער עולם בעל הבית אין דער עולם קען זאגן אז דא ארבייט דאס נישט, אויב ביסטו דערקעגן שטים דערקעגען, טו א טובה אין הער אויף די ענדלאוזנ וויכוחים. --משגיח 18:58, 25 יולי 2007 (UTC)
איך בין זיך נישט מתווכח שתיקה כהודאה האט איין מיינונג און קיינער קריגט זיך נשיט אין דעם. לגבי דעם צו א שרייבער מעג דא שוויגן און טאן וואס ער וויל קענסטו מאכן נאך וואלן איך האב דאס נאר געוואלט קלאר שטעלן. אז מיט די וואלן מיינסטו דאס אז איין שרייבער זאל דא קענען צווינגן זיינע טעותים אן זיך דורכרעדן, דאס איז קעגן דער גאנצער וויקי מאדעל. דעטס איט.--יודל 19:01, 25 יולי 2007 (UTC)
ס'איז קלאר אז די וואלען איז קעגן שתיקה כהודאה אין דעם פאל "די ארגינעלע נאמען באקומעט אוטומאטיש 1 שטימע ביים אונהיים פון וואלען, (דאס איז די שטימען פונעם מחבר, דער מחבר דארף נישט שטימען)." --משגיח 19:09, 25 יולי 2007 (UTC)
מען קען נישט טוישן א באגריף פון שתיקה כהודאה דורך וואלן. דאס איז באגריף. אויב ער שווייגט און זאגט נישט פארוואס ער שווייגט מיינט דאס אז ער איז מודה. דאס איז א באגריף וואס די גאנצע וועלט איז מודה און קיינער איז זיך נישט מתווכח אין דעם. דו ווילסט נאר מאכן וואלן דא צו טוישן דעם באגריף. זאג דאס קלאר ארויס כדי אז אלע וויילער זאלן זעהן דיין כוונה.--יודל 19:12, 25 יולי 2007 (UTC)

יודל, ס'איז קלאר אז די וואלען איז קעגן שתיקה כהודאה אין דעם פאל "די ארגינעלע נאמען באקומעט אוטומאטיש 1 שטימע ביים אונהיים פון וואלען, (דאס איז די שטימען פונעם מחבר, דער מחבר דארף נישט שטימען)." אוודאי זענען מיר דא אין די אידישע וויקי נישט עוקר דעם כלל פון די וועלט, אבער לגבי טוישען די נאמען פון אן ארטיקעל ארבייט נישט קיין שתיקה כהודאה, פינטל. אויב די ביסט דערקעגן דאן שטים דערקעגן. --משגיח 19:21, 25 יולי 2007 (UTC)

שוין איך מיין אז איצט איז גענוג קלאר וואס דו ווילסט דא. איז בעט איך דיר שרייב ארויס קלאר אז דער באנוצער מוז האבן א הונדערט עדיטס די לעצטע חודש אויף די נעיםספעיס אז זיין עפענען דעם ארטיקל זאל נישט מיינען אז יעדער וואנדאל אדער טראל וואס עפענט אן ארטיקל חוזק צו מאכן און דערנאך וועט מען נישט קענען פארעכטן ביז ער ענפערט לויט דיין לשון.--יודל 19:26, 25 יולי 2007 (UTC)
ניין, א באנוצער מיז "נישט" האבען 100 עדיטס פאר ער באשליסט א נאמען פאר אן ארטיקעל, אויב איז ער באמת א טרול אדער וואנדעל וואס איז נאר דא חוזק צומאכען וועט מען האבן אסאך מער ווי 2 באנוצער וואס וועלן מסכים זיין צו טוישן דעם קעפל אזוי ארום וועט מען דאס קענען טוישן אן די הסכמה פונעם מחבר. אויב טרעפסטו נישט צו דיין דעה נאך איין באנוצער וואס זאל מסכים זיין מיט דיר איז יענעמס קעפל טאקע נישט קיין חוזק. --משגיח 19:29, 25 יולי 2007 (UTC)
עס מאכט זיך זייער אסאך מאל אז אין משך פון דריי טעג זאלן נישטא זיין קיין מערערע באנוצער.--יודל 19:31, 25 יולי 2007 (UTC)

צוויי באניצער זענען אלעמאל דא, און אויב וועט זיך טאקע אמאל אמאל מאכען אז ס'וועט נישט זיין לוינט זיך נאך אלס אזוי ארום וועט מען פארמיידען "כסדר'דיגע" מחלוקות, איך האלט נישט אז וועגן א חשש פון ספיקה דספיקה זאל מען לאזען אפען די טיר פאר זיעכערע און כסדרדיגע מחלוקות. --משגיח 19:33, 25 יולי 2007 (UTC)

קען זיין ביסט גערעכט אז דריי טעג איז א צייט וואס איז גענוג צו ווארטן אז מען זאל נישט טאן אן דעת פון אנדערע אבער וואס טוען מיר אויב עס מאכט זיך און דריי טעג איז קיינער נישטא האלט איך אז מ'מוז זאגן אז זיי האבן דאס געזעהן און ווארשיינליך מסכים געווען דערצו.--יודל 19:43, 25 יולי 2007 (UTC)

מיין געדולד לויפט אויס פון דיינע ענדלאוזע וויכוחים, אויב שפירט איינער וויכטיג אז איך זאל אים ענטפערן ביטע מיר לאזן וויסן, אויף דערווייל אויב ענטפער איך דיר נישט זאלסטו וויסן קלאר אז דאס מיינט נישט אז איך בין מסכים, נאר דאס מיינט אז איך האב נישט קיין געדולד צו פירן נאך וויכוחים מיט דיר, און פון דא זאלסטו לערנען א היקש אויף אנדערע פלעצער אז אויב איינער ענטפערט דיר נישט איז דאס ווייל ער וויל נישט אויסזעהן אזוי ווי איך זעה יעצט אויס, נאך עטליכע שעה וויכוחים מיט דיר, נישט ווייל ער איז מסכים. --משגיח 20:42, 25 יולי 2007 (UTC)

חס ושלום זאלסט פלאצן פון מיר איך פרעג א פשוטע שאלה רופסטו עס אן וויכוחים. מיין שאלה איז זייער קלאר אויב איינער א איי.פי. אדרעס מאכט אן ארטיקל זאגסטו אז מען טאר דאס נישט אריבערפירן אפילו עס איז קלאר אז יענער איז א וואנדאל. פרעג איך דיר ווילאנג דארף מען ווארטן ביז מען מעג דאס פארעכטן? דריי טעג איז א מינימום און וואס איז דער מאקסימום?--יודל 20:46, 25 יולי 2007 (UTC)
איך רוף דאס א וויכוח ווייל די קייסט איבער די זעלבע זאכען יעדע מאל. יעצט צום פינטל, ווען א וואנדעל מאכט א חוזק נאמען פאר א ארטיקל דארפסטו האבן נאר נאך איין באנוצער וואס זאל מסכים זיין מיט דיר אז דאס איז א חוזק נאמען, אויב קענסטו נישט טרעפן נאך איינעם און די ביסט אליינס אויפן מארק איז פארשטענדליך אז די אנדערע באנוצער זעהן נישט קיין חוזק אין דעם און די וועסט דאס נישט קענען טוישן אלס א דעת יחיד, (דאס אז עס איז קלאר אז יענער איז א וואנדעל איז נישט גענוג אז די זעהסט דאס אזוי-אויב די האלטסט דאס פאר וואנדעל מיינט נאך נישט אז דאס איז וואנדעל-חוץ אויב די האסט צושטימונג פון נאך באנוצער) וואס האסטו נישט פארשטאנען? --משגיח 21:42, 25 יולי 2007 (UTC)
לגבי די חוזק ווייס איך נישט פארוואס דו לאכסט נישט פון דעם ריכטיגן חוזק. דו ווילסט מאכן א געזעץ אז וואנדאלן זאלן דא קענען מאכן חוזק און מיר זאלן נישט קענען זיי אפשטעלן... אויב דאס איז דיין רצון דארפסטו נישט זאגן ווער די חוזק איז דא. אבער אויב ווילסטו נישט חוזק מאכן ביטע ענטפער געהעריג אויב קיינער רופט זיך נישט אן טאר מען נישט פארעכטן אזאלעכע וואנדאליזם?--יודל 21:46, 25 יולי 2007 (UTC)
די ביסט ממשיך מיט וויכוחים, או קיי, אויב קיינער רופט זיך נישט אן טאר מען דאס נישט טוישן. אויב די ווילסט טוישן אין קיינער רופט זיך נישט אן ביטע בעט שטיצע פון אנדערע באנוצער. --משגיח 21:51, 25 יולי 2007 (UTC)
מיט דעם וואס דו זאגט הונדערטע מאל אז איך מאך וויכוכים מאכסטו חוזק פון דעם וואס האט געפענט דעם שמועס איך וויל פשוט פארשטיין דיין פארשלאג. וואס וועט זיין אויב קיינער וועט נישט מיטשטימען און ענטפערן אויף דעם וואנדאליזם טאר מען איר קיינמאל פארעכטן?--יודל 21:53, 25 יולי 2007 (UTC)
אויב בעטסטו פערזנעלעך פון 2 טעטיקע באנוצער, און זיי ענטפערט נישט ביז 3 טעג, מעגסטו. ►רוני◄ 22:00, 25 יולי 2007 (UTC)
פארוואס עפעס צוויי? אויב איז די ווארט אז מען דארף פרעגן כדי צו האבן פון זיי אן הסכמה איז דאך נישט שייך צו צווינגן צוויי איינער דארף לכוארה זיין גענוג. פארוואס עפעס צוויי--יודל 22:03, 25 יולי 2007 (UTC)
רוני, די האסט אים יעצט געגעבן נאך עפעס אויף וואס צו פירן ענדלאוזע וויכוחים, וואו פארוואס 2, וואס הייסט טעטיגע באנוצער וכדו'. איך מיין אז אויב קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג איז דאס פשוט נישט וואנדעל אפילו ער מיינט אז יא, אויף אמת'ע וואנדעל וועט זיך יעדער אונריפן. --משגיח 22:05, 25 יולי 2007 (UTC)
וויכוחים הייסט אז מען טענה'ט זיך דו נוצט דא פערזענליכע אטאקעס קעגן מיר יעדע מינוט איך ווייס אז דו ווילסט זיך רייצן מיט מיר אבער איך ווייס דאך שוין היינט וואס דו ווילסט. דעריבער בעט איך נאר רעדן קלאר אז אלע זאלן וויסן. לענין אויב איז א זאך א וואנדליזם אין איינעםס אויג פארוואס זאל ער מוזן גיין צו צוויי אנדערע באנוצער זיי מושטען פארוואס איז איינער נישט גענוג?--יודל 22:08, 25 יולי 2007 (UTC)
  • איך וויל באמערקן צוויי זאכן (כ'ווייס נישט צי אימעצער האט דאס שוין באמערקט).
  1. ווען דער באשאפער פון א בלאט איז מסכים צו דער הצעה פון ענדערן דעם נאמען, מעג ער אליין ענדערן אן צו ווארטן דריי טעג.
  2. מען דארף ניצן א מוסטער אויף דעם מיט דעם נייעם נאמען און אויך א דערקלערונג פארוואס מ'זאל טוישן. דער מוסטער וועט געהערן צו א קאטעגאריע („געשטעלט צו ענדערן דעם טיטל") וואו מען וועט קענען טרעפן אלע לעבעדיקע הצעות צו ענדערן טיטלן.
  • וואס איז אייער מיינונג? --פוילישער 07:15, 26 יולי 2007 (UTC)
פוילישער, דאס איז קלאר אז ווען דער מחבר זאגט "איך האב געהאט א טעות" אדער "טויש דאס געזינטערהייט" דארף קיין וואלען נישט זיין, ווייל ס'וועט קיין מחלוקה סייווי נישט זיין ארומדעם, און בנוגע דעם מוסטער ביסטו אויך גערעכט, גראדע האט רוני מיך געבעטן איך זאל מאכן אזא מוסטער אבער איך האב נאך נישט געהאט קיין צייט. --משגיח 14:07, 26 יולי 2007 (UTC)

חוקים-פאליסי[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

היות איך זעה אז סטוט זיך א אומקלארקייט דערוועגן וויל איך פארשלאגען מען זאל ניצן די אידישע נאמען "געזעצן" --משגיח 19:25, 25 יולי 2007 (UTC)

טוישן די ווארט "פאליסי" אויף געזעץ[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Symbol support vote.svg איך בין מסכים--למדן 22:25, 25 יולי 2007 (UTC)
  2. Symbol support vote.svg איך בין מסכים --►רוני◄ 22:47, 25 יולי 2007 (UTC)

טוישן די ווארט "פאליסי" אויף כללים[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

לאזן וויאזוי עס איז[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Symbol support vote.svg איך בין מסכים -- --א.עפשטיין 23:19, 25 יולי 2007 (UTC) איך מיין אז געזעץ האט אן אנדערע מיינונג פון פאליסי, און וויבאלד מען מוז סייווי אנקומען צו ווערטער פון אנדערע שפראכן איז יא בעסער צו נוצן פאליסי וואס מאכט רייכער אידיש, און וויבאלד דא אין וויקיפעדיע האבן מיר דעם לוקסוס צו קענען תיכף נאכקוקן דעם מכוון פון יעדעס ווארט, ווער עס וועט נישט פארשטיין וואס פאליסי מיינט וועט א קוועטש טאן דערויף און זיין ידיעה וועט רייכער ווערן.
  2. Symbol support vote.svg איך בין מסכים--יודישער שרייבער 15:57, 26 יולי 2007 (UTC) איך שטיץ וואס א. עפשטיין זאגט, איך מיין אויך אז דאס ווארט געזעץ איז צו שארף
  3. Symbol support vote.svg איך בין מסכים --טעכניקער 16:08, 26 יולי 2007 (UTC). א.עפשטיין האט עס ארויס
  4. Symbol support vote.svg איך בין מסכים --משגיח 16:10, 26 יולי 2007 (UTC) דברים של טעם ווערט ס'פארשטייט נישט וואס ס'מיינט וועט קוועטשן. פאליסי

שמועסן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער רעדט זיך סייווי נישט דורך סא לאזן מיר זעהן פארוואס ער עקשענט זיך.--יודל 19:33, 25 יולי 2007 (UTC)
געזעצן איז אויך גוט, אבער פאליסי איז נישט באקאנט פאר יידן וואס פארשטייען נישט ענגליש. ►רוני◄ 19:35, 25 יולי 2007 (UTC)
באמת איז געזעצען נישט די ריכטיגע אפטייטש פון פאליסי. א חוק איז א געזעץ און א פאליסי איז א פארשריפט. אפשר וואלט פארשריפט געווען בעסער. --משגיח 19:37, 25 יולי 2007 (UTC)
פארשריפט האט לכאורה גאר נישט צו טאן מיט געזעץ פארשריפט איז אנווייזונגען און נישט געזעצן. איך מיין אז כללים קען גיין זייער גוט. ►רוני◄ 19:42, 25 יולי 2007 (UTC)
כללים הערט זיך נישט אזויווי א געזעץ וואס מען זאל זיך פירן. עס קוקט אויס מער ווי אנווייזונגן. מיר ווילן דא איינטיילן 2 זאכן שטארקע כללים וואס דאס איז פאליסי. שוואכע כללים וואס דאס איז בלויז אן אנווייזונג אבער גארנישט עפעס וואס איז א פראבלעם אויב מען טוט דאס נישט.--יודל 20:57, 25 יולי 2007 (UTC)

פרינציפ --למדן 20:11, 25 יולי 2007 (UTC)

למדן וואס איז שלעכט מיט פאליסי?--יודל 20:13, 25 יולי 2007 (UTC)
פאליסי איז נישט שלעכט אבער עס איז ענגליש נישט אידיש. --משגיח 20:45, 25 יולי 2007 (UTC)
פרינציפ איז טאקע אידיש אבער עס מיינט נישט פאליסיס. און פאליסיס איז נישט יידיש לויט דיר דאך האסטו נישט קיין פראבלעם מיט חוקים וואס סאיז סיי נישט יידיש און סיי מיינט דאס נישט פאליסיס. דער פאקט איז אז צענדליגע באנוצער זיך באנוצט און געפענט ארטיקלן מיט דעם נאמען פאליסי סא איך הער אז דו ווילסט נישט מסכים זיין דערצו אבער לאז די ניק למדן ענטפערן אחוץ אז דו ביסט פויל צו טוישן נעמען יעדע מינוט.--יודל 20:48, 25 יולי 2007 (UTC)
אין עברית הייסט עס עקרונות. וואס די דיקשענערי טייטשט אויף דעם פרינציפ. פרינציפ איז אידיש, און עס מיינט יא פאליסי. --למדן 21:59, 25 יולי 2007 (UTC)
עקרון איז פרינציפ. און פרינציפ איז טאקע די יסוד פון פאליסי, באט פאליסי און עקרון איז צוויי זאכן. פרינציפ האט גארנישט מער מיט פאליסי ווי געזעץ.--יודל 22:01, 25 יולי 2007 (UTC)
איך מיין אז פרינציפ און געזעץ האבן די זעלבער משמעות. און עס גייט אויך. ►רוני◄ 22:02, 25 יולי 2007 (UTC)
איז זיי אזוי גוט און ווער געוואר אז זיי זענען צוויי באזונדערע זאכן. קוק פרינציפ און דערנאך געזעץ, צוויי טאטאלע באזונדערע ארטיקלן מיט גאר אנדערע מיינונגן און משמעות'ער. געזעצן זענען פשוט געבויט אויף פרינציפען פון יסוד אבער היינט צוטאגס איז א געזעץ א זאך פאר זיך.--יודל 22:04, 25 יולי 2007 (UTC)
נאך אביסל דורכטון דעם נושא זעה איך, געזעץ איז די אפטייטשט פון law, מען הייסט אנדערע וואס צו טון. פרינציפ גייט נישט ארויף אויף באצווינגען אנדערע, נאר ליבערשט אויף די מדובר אליינס. דער פרינציפ פון א קאמפאני איז אז "זיי" געבן נישט צוריק קיין זאכן וואס ליגן דארט מער ווי דרייסיג טעג. די "געזעץ" פון א רעגירונג איז אז "אירע בירגער" טארן נישט דרייוון שנעל. דעריבער האלט איך אז עס קומט אפשר יא געזעץ.--למדן 22:09, 25 יולי 2007 (UTC)
ליין גוט איבער א געזעץ וואס מ'צווינגט בלויז אויף זיך איז א פרינציפ נישט קיין געזעץ אלזא לויט דיר וויאזוי קען דא זיין געזעצן מיר צווינגן דאך דאס נישט אויף קיינעם נאר אויף אונז?--יודל 22:11, 25 יולי 2007 (UTC)
אקעי יודל, דו הייבסט אן צו רעדן נישט צום דבר. מיין מגיד שיעור פלעגט אלץ זאגן: מען דארף זיך מאכן א געזעץ אויף זיך אליינס חק ולא יעבור, צו לערנען שעות רצופות. זיי מיר מוחל, אבער עס שטייט אינערגעץ נישט אז א שמועס אין וויקיפעדיע מוז זיך ענדיגן. ליבערשט ענטפער נישט ווי רעדן פאר פייער און פאר וואסער. מיט אנטשולדיגונג אויב דו נעמסט עס פערעזענליך. --למדן 22:15, 25 יולי 2007 (UTC)
נאך א מזל איך האב נישט געקענט דיין מגיש שיעור. לענין דאס וואס ער האט דיר געהייסן טאן איז געווען א פרינציפ צו א געזעץ? אוואדאי א געזעץ וואס איז געווען באזירט אויף א פרינציפ אבער נישט ער האט דורכגעפירט פרניציפן אויף דיר נאר געזעצן וואס זענען געקומען פון פרינציפן. איצט לויט דיין סברה אז אלעס וואס מ'טוט נישט אויף אנדערע נאר אויף זיך הייסט פרינציפ ביסטו זיך סותר. ווייל די געזעצן דא איז פונקט ווי די געזצען פון עני אנדערע קאמאפני וואס רופן זייערע געזעצן פאליסיס און נישט געזעצן.--יודל 22:19, 25 יולי 2007 (UTC)
דו ווילסט מיך באָרד מאכן? איך האב נישט קיין טראפ נערווען יעצט זיך צו טענה'ן אויף אזאלכע שטותים והבלים. זיי געזונט.--למדן 22:22, 25 יולי 2007 (UTC)
אנטשולדיגט פארן זיך דורכרעדן.--יודל 22:23, 25 יולי 2007 (UTC)

WOW אודך נעמט ער נישט קיין חלק אין די וואלען אבער פאר וויכוחים איז ער דא. --משגיח 14:04, 26 יולי 2007 (UTC)

טייערער משגיחל איר מיינט אז מיטן טשעפענען און מאכן וואלן יעדע מינוט דא נעמט איר א חלק אין וויקיפעדיע? אויסשלוסליך נישט. דער פראצעס פון א וויקי איז נישט קיין דעמאקראטיע נאר א קאנסענסוס באזירטער קהילה באשלוסן אפמאכן. אן זיך דורכרעדן קען מען נישט מאכן קיין קאנסענסוס. דו ביסט נעבעך מיס-אניפארמירט וואס מיינט א וויקיפעדיע. ביטע אויפהערן דא צו זאגן אז איך מיטן זיך דורכרעדן מאך איבעריגע וויכוחים דאס ווייזט אז דו ווילסט נישט רעדן נאר זיך טשעפענען. א דאנק.--יודל 14:00, 27 יולי 2007 (UTC)

די רעזולטאטען פון א גוטער אויסוואהל[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

איך מיין אז די לעצטע וואהלן טוישן די נאמען פון א בלאט און דאס וואס עס איז איבערצייגט געוואהרן מיט איבערוועגדיגע כח אז מען קען נישט טוישן קיין נאמען פון א בלאט סתם אזוי, דאס ווייזט אז מיר האבן אויסגעקליבן א גוטער אויסוואהל רוני אלס אונזער סיסאפ, איך האף עס וועט ווייטער געפירט ווערן מיט א הצלחה.

איך מיין אויך אז דערמיט וועט מען זיך נישט אזוי נאריש מאכן מיט אזא נאמען פון א ארטיקעל צו מיט א אזא נאמען, די שרייבער וועלן זיך מער קאנצעטרירען אויף די אינפארמאציע, ווי איידער אויפן נאמען פון דער בלאט, א גוטער שרייבער וויל פארקויפען זיין אינפארמאציע נישט ווייזען זיין קענטעניס אויף קעפעלעך, (כאטש איך בין מודה אז עס פעלט זיך אויס א שטיקל סדר, איז אבער נישט פאר יעדן מאן דהו וואס האט גארנישט צו פארקויפן נאר טוישן קעפלעך), אויף דעם קען מען זאגן די משנה אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו...--יודישער שרייבער 20:53, 26 יולי 2007 (UTC)

רעזולטאן מיינט אז עס גייט דורך א שטיק צייט דערווייל איז דער אנעקדאוט וואס איר צייגט אן א שלעכעטער ביישפיל ווייל עס ווייזט פארקערט אז מען קען דא שאפן נארישע נעמען און קיינער קען נישט רוקן און פארעכטן קוקט אן דעם ארטיקל שונאים. זיך איבערצייגן אז דאס איז דורכפאל. דער מחבר ענטפערט נישט געהעריג און מען קען דאס נישט באוועגן לויט די נייע תקנה וואס האט זיך ארויסגעצייגט צו ווייזן אז איר כוונה איז צו וואנדאליזן דא. איך רעדט שוין נישט פון די צענדליגע אביוזן וואס דער רוני האט שוין געטאן פון בלאקירן באנוצער און ארטיקלן אן זיך דורכרעדן און מעקן יענעםס ארבייט אן קיין געהעריגער קאנסענסוס און אפט מאל קעגן די קלארע קאנסענסוס.--יודל 14:46, 27 יולי 2007 (UTC)
איך מיין אז עס איז שוין לאנג נישט געווען אזא סארט "קאנסענסוס באזירטער קהילה באשלוסן אפמאכן" מיט זיך דוכרעדן מיט אלע שרייבער אין דעם וויקי, ווי די "טוישן די נאמען פון א בלאט עס איז געווען א לעבעדיגער דיסקוסיע, מען האט אויסגעשמיסט אלע טיילן פארוואס יא און פארוואס נישט, עס איז א שאד צו זיין א תוהה על לשעבר, ווער עס גלייכט נישט די פאליסי, האט געקענט ארויסזאגן זיין מיינוג אין דער וואהלן, און אויב האט ער נישט קען ער האבן טענות נאר אויך זיך אליין--יודישער שרייבער 15:42, 27 יולי 2007 (UTC)
דו רעדסט און רעדסט און רעדסט איך ברענג דיר לעבעדיגע פאקטן וואס וויזן אז דער נייער געזעץ איז א דורכפאל. קוק אן מיינע לינקס נישט רעדן און די וועלט אריין. רעזולטאטן מיינט פאקטן--יודל 19:48, 31 יולי 2007 (UTC)

זאל מען באגרעניצען די רידיירעקט טול?[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די וואלן רוני מאכט וואלן איידער מען רעדט זיך דורך דא. איך בעט אים ער זאל אויפהערן מיט זיינע וואלן טאג און נאכט לאזן מיר רעדן דערוועגן וואס האט ער קעגן די רידיירעקטס? עס פארשווערט די סיסטעם סערווער? עס שטערט אים אז נאך איינער איז טעטיג? וואס וויל ער?--יודל 19:44, 31 יולי 2007 (UTC)

רוני טוט גאר א קלוגע און גוטע זאך מיט די וואלען, ביז היינט איז געווען דא א הפקר וועלט, איצטער גיט מען א געלעגענהייט פארן עולם זיך ארויסצורעדען, און ווער עס שטעלט זיך נישט צו צום רוב וועט פליען און שלום על ישראל.-- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער משגיח וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.
ער מוז קודם פרובירן צו מאכן קאנסענסוס נאר נאכדעם ווען מען קען זיך נישט פאראייניגן מאכט מען וואלן.--יודל 19:47, 31 יולי 2007 (UTC)
עז מוז נישט, און דער עולם וויל נישט די ענדלאוזע וויכוחים, וואלען און פערטיג. --משגיח 19:50, 31 יולי 2007 (UTC)
איך גיי נישט אריין וואס ער מוז איך מערק נאר אויף ווער ער איז. וויקיפעדיע איז נישט קיין דעמאקראטיע פון אפאר ניקס וואס זענען סאקפאפעטס. מען פרובירט קודם דא זוכן צופרידענשטעלן יעדן איינעם אין א פראצעס פון קאנסענסוס. דאס וואס ער לויפט שטענדיג צו וואלן. זאגט ווער ער איז.--יודל 19:55, 31 יולי 2007 (UTC)
ווייל ליידער האסטו יודל באוויזן אז עס איז אן אומגליק פאר דער וויקיפעדיע מיט מאכן צעבראכענע און דאפלטע רידיירעקטן, פאלשע רידיירעקטן וכד'. ►רוני◄ 19:51, 31 יולי 2007 (UTC)
סתם א שקר און א בלבול איך האב היינט פאראכטן איבער הונדערטע געדופלטע רידיירעקסט וואס זענען געווען נישט קיין אנדערן'ס פון דעם רוניס. זאל יעדער זעהן וואסארע אביוזער דא רעדסט זיך ער פארקויפט בלבולים בשעת איך פארברענג גאנצעטע טעג צו אויפקלינען זיין חורבן. איך בין אפילו געווארן געווארענט מערערע מאל פון דעם משגיח אז איך טאר נישט רורן רוני'ס חרבנות... דאס הייסט * ****.--יודל 19:55, 31 יולי 2007 (UTC)
יודל מיט דיינע אויפטיען פון איין זייט מאכסטו אויך א חורבן פון די אנדערע זייט, דעם חורבן ווילן מיר פארמיידען. --משגיח 20:09, 31 יולי 2007 (UTC)
דאן לאזן מיר זיך דורכרעדן. וואס איז די פראבלעם?--יודל 20:16, 31 יולי 2007 (UTC)
סתם זיך דורך רעדן איז נישט ווערד ווייל דער יחיד וועט ווייטער טון וואס ער וויל, וואלען וועט אים צווינגען זיך צוצושטעלן, אזוי ווי היסטאריע האט איבערצייגט. --משגיח 20:19, 31 יולי 2007 (UTC)
אוקיי שכוח פארן זיין קלאר. אז דו ווילסט דיך נישט דורכרעדן. זאל יעדער זעהן ווער דאס זענען. טענקס.--יודל 20:21, 31 יולי 2007 (UTC)
איף יו קענט טעק די היט ראן בעק טו היידפארק, די געדענקסט אפשר דעם סענטענס פון ערגעץ? לענין של דבר, יעדער ווייסט שוין היינט אז די ווילסט נאר "שמועסען" ווייל דערנאך טוסטו וואס די ווילסט און פאר דעם סיבה האסטו מורא פון וואלען, דרך אגב וואלען איז זייער א געאייגענט פלאץ צו "שמועסען". --משגיח 20:24, 31 יולי 2007 (UTC)