מוסטער:טוישן קעפל

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דאס קעפל נאמען פון דעם ארטיקל דארף ווערן איבערגעשמועסט.
ביטע גיט אפ אייער שטימע.
לייג צו דיין דעה!
כדי צו קענען טוישן דאס קעפל מוז זיין דריי באנוצער וואס ווילן טוישן קעגן דעם ווילן פון דעם מחבר, דאס וועט ווערן גערעכענט אזוי.
די ערשטע שטימע איז פון דעם מחבר, די פאקט אז דער מחבר האט אויסדערוועלט דעם נאמען גיבט שוין די ערשטע שטימע נישט צו טוישן, (דאס איז אן אויטומאטישע שטימע), דאן ברויכן דריי באנוצער שטימען יא צו טוישן. אויב וועלן מערערע באנוצער נעמען א חלק אין די וואלן דאן פאלט דאס פון 3 קעגן 1 צו 2 קעגן 1 לדוגמא. אויב קומט נאך א באנוצער צום הילף פון מחבר ד.מ. אז עס איז דא 2 וואס ווילן נישט טוישן איז גענוג אז 4 ווילן יא טוישן.

אויב דער מחבר איז נישט געווען אקטיוו דעם לעצטן חודש, דאס הייסט אז ער האט נישט געמאכט קיין עדיטס אויף קיין שום בלאט, דאן איז גענוג אויב 2 באנוצער ווילן א טויש, ווייל די אויטאמאטישע שטימע פון דעם מחבר פאלט אוועק.

וואלן מוזן זיין אקטיוו לכל הפחות 3 טעג.

דער וואס וועט עובר זיין אויף די תקנה 2 מאל א וואך קען ווערן בלאקירט אפילו נאר מיט איין ווארענונג. דער וואס וועט עובר זיין אויף די תקנה 3 מאל אין די זעלבע וואך קען ווערן ארויסבלאקירט אפילו אן א ווארענונג. די שטראף פון ווערן בלאקירט איז לכל הפחות אויף א וואך, עס קען אויך זיין אויף מער אויב די סיסאפן שפירן דאס פאר וויכטיג.

ווען די וואלן זענען פאריבער, ביטע נעמט אראפ דעם מוסטער פון דעם רעדן בלאט.