פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מײַ 27
מראה
- עדה החרדית: אין ליכט פון פאליצייס גרינע ליכט פאר די געיז אנצוגרייטן זייער שטאלץ פאראדע אין ירושלים, טוט דער גאב"ד פון עדה החרדית ירושלים הרב יצחק טוביה ווייס, ווארענען די זיכערהייט כוחות פון ארץ ישראל אז זיי זאלן אויפבויען נאך טורמעס אין ירושלים ווייל די חרדים וועלן נישט איינרוהען און זיך לאזן ארעסטירן מאסן ווייז צו פראטעסטירן די פובליק גרויסהאלטערישע פאראדע פון תועבה לויט אים. (ען.עף.סי.)
- ירושלים: שיסעריי צווישען אראבישע טאראריסטען מיט משמר הגבול, פארוואונדעט 2 משמר הגבולניקעס און דערהארגעט 3 אראבער. (זשעי. פאוסט)
- נחל החרדי צייכענט אפ איר 2,000'טער מיטגליד רעקרוט פון שוואכע ישיבה בחורים אין זייער איינהייט. (וויינעט)
- שדרות: נאך איינער טויט ווען קאסאם לענדט אויף זיין קאר. (וויינעט)
- ארגענטינע: נייער בוך דערציילט שמוציגע סוד פון די ארטיגער אידישער קהילהס היסטאריע איבער א פארבאנד פון פימפס וואס האבן אנגעפירט מיט פרויען זנות האנדל אין אידישן בית הקברות. (וויינעט)
- דאס ערשטע מאל דורכבראך אין וויסנשאפט פון העברעאישער אוניווערסיטעט וויסנשאפטלער וואס אבזערווירט מוח צעלן בשעת זיי אנטוויקלען זיך. (יורא אלערט)
- וויליאמסבורג: דאבעליו. ען. וויי. סי. ראדיא דעקט אויף אז אלע געלטער פון שטאטישע פראגראמען, מיליאנען דאלארען, עלאוקירט צו העלפן די אלטע ארויסגעטריבענע איינוואונער פון געגענט זיך דורך די ארטיסטען און לוקסוסדיגע רייכע ניי-קומער, זיי צו העלפן זיך באזעצן פון דאס ניי אין אנדערע הייזער. - נאך נישט פארטיילט קיין פעני דערפון. (גאטהעם גאזעט)
- יו.קעי. שפיאנאזש פאטאס פון היטלער פובליקירט. (עי. פי.)
- נח'ס תיבה פון 5,000 יקר המציאותדיגע חיות אפגעפינען שווימען פון זיך אליינס אן קיין מענטשן דערויף אין א ים נעבן כינע. (גארדיען)
- עסטאניע: נייער שול דערפענט צו אויפלעבן איר רייכע אידישע היסטאריע. (זשואיש עקפאונענט)
- טלי פארקאש: שקר החן, אבער בלויז ביז שידוכים, דאן ווערט די שיינקייט א טעמע אפילו ביי חרדים. (וויינעט)
- וויקיפעדיע: סטיווען קאלבערט האלט אפ אינטערוויאו מיטן וויקיפעדיע גרינדער און פרעזידענט פון וויקימעדיע פאונדאוציע, זשימי וועילס. - ליוו ווידיאו. (ניוז בלאגערס עי.או.על.)
- חב"ד נוצט אלע מאדערענע מיטלען אין זייער קאנטראוועריסיאלע קירוב ארבייט; פון איי.פאדס ביז ספאס. א באריכט פון וואשינגטאן אידישע אסימילאציע און וויאזוי בלויז חב"ד העלפט זיך קעגן שטעלן די כוואליעס וואס דראעט צו פארטיליקן די אידישקייט פון געגענט און ארום. (וואשינגטאן פאוסט)