ארגענטינע

פֿון װיקיפּעדיע

אַרגענטינישע רעפובליק
פאן אַרגענטינע
פאן אַרגענטינע
סימבאָל אַרגענטינע
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון אַרגענטינע
אָרט פֿון אַרגענטינע
קאָנטינענט דרום אמעריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך שפאניש
הויפּטשטאָט בוענאס איירעס
רעגירונג פעדעראלישע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
מארישא מאקרי
גרינדונג דאַטום
9טן יולי 1816 (פון שפאניע)
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
2,766,890 קוואַדראַט ק"מ
8טער
1.1
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

40,482,000 (אפגעשאצט)
33טער
מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $572.860 ביליאן (23סט)
וואַלוטע פעסא
צײַט זאָנע UTC - 3
אינטערנעט דאָמען ar.
טעלעפֿאָן קאָד 54+

די אַרגענטינע, אפיציעל די אַרגענטינער רעפובליק (שפּאַניש: República Argentina רעפובליקאַ אַרכענטינאַ), איז אַ פעדעראלע רעפובליק אין דרום־מזרח דרום אַמעריקע. זי איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין דרום אמעריקע לויט פלאך מאס. זי געפינט זיך צווישן די אנדן אין מערב און דעם דרום אטלאנטישן אקעאן אין מזרח. זי גרענעצט פאראגוויי און באליוויע צו צפון, בראזיל און אורוגוויי צו צפון־מזרח, און טשילע צו מערב און דרום. איר הױפּטשטאָט איז בוענאס איירעס.

ארגענטינע האט א שטח פון 2,780,400 קוואדראט ק"מ, און איז דאס אכט-גרעסטע לאנד אין דער וועלט, דאס צווייט-גרעסטע אין לאטיין אמעריקע, און דאס גרעסטע שפאניש-רעדנדע. דאס לאנד איז צעטיילט אין 23 פראווינצן, וואס יעדער איינער האט זיין אייגענע קאנסטיטוציע.

אין 1861 איז דאס לאנד געווארן ארגאניזירט ווי א פעדעראציע פון פראווינצן מיט בוענאס איירעס אלס הויפטשטאט.

ארגענטינע האט די דריטער גרעסטע עקאנאמיע אין לאטיין אמעריקע, און איז א מיטגליד אין די גרופע 15 און גרופע 20 הויפט עראנאמיעס פון דער וועלט. אויך איז ארגענטינע א גרינדער מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער, די וועלט באנק און די וועלט האנדל ארגאניזאציע.

דער נאמען "ארגענטינע" שטאמט פון לאטייניש וואס מיינט זילבער, אלס דעם וואס דער ערשטער מענטש וואס האט אנפלעקט די געביט אין יאר 1516 איז געפארן דארט צו זוכן זילבער.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אייראפעער זענען ערשט געקומען אין דער ארגענטינע אין יאר 1502 מיט אמעריגא וועספוטשי. אין 1776 איז געגרינדעט געווארן דאס וויצעקעניגרייך פון ריא דע לא פלאטא מיט זיין הויפטשטאט אין בוענאס איירעס. די בריטישע האבן אינוואדירט דאס לאנד צוויי מאל, אין 1806 און 1807, אבער אן דערפאלג.

אין 1810 זענען געקומען צו ארגענטינע די נייעס אז דער מלך פון שפאניע פערנאנדא דער זיבעטער איז געווארן אראפגעווארפן דורך דער ארמיי פון נאפאלעאן. אום 25סטן מיי 1810 האבן די פארשטייער פון דער שטאט בוענאס איירעס אויפגעשטעלט דעם ערשטן אדמיניסטראטיוון ראט (La Primera Junta). דעם 9טן יולי 1816 האט מען פראקלאמירט אפיציעל אין דער שטאט טאקאמאן אז די פאראייניגטע פראווינצו פונעם לא פלאטא טייך זענען אומאפהענגיק פון דער שפאנישער רעגירונג. אין 1817 איז דער ארגענטינער גענעראל חאסע דע סאן מארטין אריבערגעגאנן די אנדן כדי צו באפרייען טשילע און פערו פון שפאנישער הערשאפט, און מיט דעם האט ער געשאפט א סוף צום שפאנישן סטראש אויף ארגענטינע׳ס זעלבשטענדיקייט.

אין 1912 האט דער פרעזידענט, ראקע סאענז פעניא, איינגעפירט געהיימע וואלן פאר אלע מאנצבילן. אין די וואלן פון 1916 איז היפאליטא יריגאיען געוויילט געווארן פרעזידענט.

אין די 1920ער יארן איז ארגענטינע געווען דאס זיבעטע רייכסטע לאנד אין דער וועלט, אבער שפעטער איז זי אראפגעגאנגען.

אין 2003 האט מען געוויילט נעסטאר קירשנער פרעזידענט, און אונטער אים האט די עקאנאמיע פון לאנד זיך סטאבליזירט. אין 2007 האט מען געוויילט זיין ווייב, קריסטינע פערנאנדעז דע קירשנער פרעזידענט אנשטאט אים, און אין 2011 האט מען זי געוויילט פאר א צווייטן קאדענץ.

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סאלטע
די אנדן בערג אין געגנט פון בארילוטשע
ארגענטינא אזערע אין פאטאגאניע

ארגנעטינע איז דאס אכטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט לויט שטח. זי געפינט זיך אין דרום אמעריקע און גרענעצט פאראגוויי און באליוויע צו צפון, בראזיל און אורוגוויי צו צפון־מזרח, און טשילע צו מערב און דרום.

ארגענטינע איז לאנג 3,900 ק"מ (2,500 מייל) פון צפון צו דרום, און 1,400 ק"מ (870 מייל) פון מזרח צו מערב (מאקסימום).

טאפאגראפיש צעטיילט זיך ארגענטינע אין דריי טיילן: די פרוכפערע פלוינען פונעם פאמפאס אין צענטער פון לאנד, וואו געפינט זיך די רייכע לאנדווירטשאפט פון ארגענטינע; דאס הויכלאנד פון פאטאגאניע אין דרום און די אנדן בארגקייט לענגאויס דעם מערב גרענעץ מיט טשילע, וואס אנטהאלט דעם העכסטן פונקט אין גאנץ אמעריקע, דער בארג אקאנקאגוע אין מענדאזא, וואס איז הויך 6,962 מעטער איבערן ים שפיגל. דער נידריגסטער פונקט אין ארגענטינע איז לאגונא דעל קארבאן, 105 מעטער נידריגער פונעם ים שפיגל, וואס איז דער נידריגסטער פונקט אין די מערב און דרום האלבקיילעכער פון דער ערד.

ראיאנען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ארגענטינע ווערט צעטיילט אין זיבן ראיאנען:

שטעט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די גרעסטע שטעט אין ארגענטינע זענען בוענאס איירעס (באפעלקערונג 3,050,728), קארדאבע (1,372,000), ראזאריא (1,242,000) און מענדאזא (885,434).

רעגירונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ארגענטינע איז א פעדעראלע קאנסטיטוציאנעלע רעפובליק, געפירט דעמאקראטיש. די רעגירונג זיצט אין בוענאס איירעס. דער היינטיקער פרעזידענט איז קריסטינע פערנאנדעז דע קירשנער.

פראווינצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ארגענטינע איז א פעדעראציע פון 23 פראווינצן און איין אויטאנאמישע שטאט, בוענאס איירעס. יעדער פראווינץ האט זיין אייגענע קאנסטיטוציע.


  1. בוענאס איירעס (אויטאנאמישע שטאָט)
  2. בוענאס איירעס פראווינץ
  3. טיערא דעל פועגא
  4. טוקומאן
  5. טשאקא
  6. טשובוט
  7. כוכואי
  8. לא פאמפא
  9. לא ריאכע
  10. מענדאסע
  11. מיסיאנעס
  12. נעוקן
  13. סאלטא
  14. סאן חואן
  15. סאן לואיס
  16. סנטה קרוס
  17. סאנטא פע
  18. סאנטיאגא דעל עסטערא
  19. ענטרע ריאס
  20. פֿארמאסע
  21. קאטאמארקע
  22. קארדאבע
  23. קאריענטעס
  24. ריא נעגרא

עקאנאמיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ארגענטינע האט נאטירלעכע רעסורסן בשפע, א גוט געבילדעטע באפעלקערונג, אן עקספארט אריענטירטן לאנדווירטשאפט סעקטאר און א דיווערציפיזירטע אינדוסטריעלע באזע. די עקאנאמיע פון ארגענטינע איז די דריטע גרעסטע אין לאטיין אמעריקע.

ארגענטינע איז איינע פון דער וועלטס פירנדע אנטוויקלדיקע לענדער און איז א מיטגליד אין די G-20 הויפט עקאנאמיעס.

אינדוסטריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 2012 איז פאבריקאציע געווען 20.3% פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט. די פירנדיקע סעקטארן זענען געווען: עסן־פראצעסירן, געטראנקען און טאבאק פראדוקטן; אויטאס; טעקסטיל און לעדער; כעמיקאלן און אפטייקווארג; שטאל, אלומיניום און אייזן; מעבל; פלאסטיק און רייפן; און גלאז און צעמענט.

דער גרעסטער אינדוסטריעלער צענטער אין ארגענטינע איז קארדאבע, וואן ס'געפינט זיך מעטאל־ארבעט און פאבריקאציע פון אויטאס.

טוריזם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 2013 האט ארגענטינע געהאט 5.57 מיליאן באזוכער, ראנגירנדיק דער הויפט טוריסן־ציל אין דרום אמעריקע, און דער צווייטער אין לאטיין אמעריקע נאך מעקסיקא. די טוריסטן האבן אריינגעברענגט א הכנסה פון 4.41 ביליאן אמעריקאנער דאלארן אין 2013.

טראנספארט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויטאסטראד אין בוענאס איירעס (Av. General Paz)
Salta.
א פראכט שיף פארן ראזאַריא-וויקטאריא בריק.


ארגענטינע האט מער ווי 230,000 ק"מ (144,000 מייל) פון גאסן (אחוץ פריוואטע דארפישע גאסן), פון זיי 72,000 ק"מ (45,000 מייל) זענען ברוקירט[1] און 1,575 ק"מ (980 מייל) זענען אויטאסטראדן.[2] עטלעכע הויפט שטעט זענען באהאפטן דורך פילשפאלירן אויטאסטראדן און מ'האלט אין איין בויען מער.[3] איבערן גאנצן לאנד זענען 9.2 מיליאן וואגנס איינגעשריבן אין 2008 (230 פאר א 1000 באפעלקערונג).[4]

דאס באן נעצווערק האט אינגאנצן א לענג פון 34,059 ק"מ (21,170 מייל).[5] נאך יארצענדליגער מיט א דינסט וואס איז געווארן כסדר אפגעשוואכט און אומגענוג אויפהאלטונג , האט מען פארמאכט די מערסטע צווישנשטעטיגע פאסאזשיר דינסטן אין 1992 ווען מ'האט פריוואטיזירט די באן געזעלשאפט, און טויזנטער ק"מ פון שינעס (נישט גערעכנט אויבן) זענען ארויס פון באניץ. צווישנשטעטיגע באן דינסטן ווערן ווידער-אקטיווירט, און אויך די בוענאס איירעס אונטערגרונט באן ווערט שטארק באניצט.

די בוענאס איירעס מעטרא, וואס האט אנגעהויבן אין 1913, איז געווען די ערשטע אונטערגרונט סיסטעם אין לאטיין אמעריקע און דעם דרום האלבגלאבוס.[6] אויף אירע 55 ק"מ פון גערעלסן פארן קנאפע 900,000 פאסאזשירן טאג טעגלעך.[7]

ארגענטינע האט אומגעפער 11000 ק"מ פון שיפֿיקע וואסער וועגן, וואס טראגן מער פראכט ווי די באנען.[8] דאס איז כולל א ברייט נעצווערק פון קאנאלן. ארגענטינע האט בריווח נאטירלעכע וואסער וועגן; די מערסטע באקאנטע זענען די ריא דע לא פלאטא, פאראנא, אורוגוויי, ריא נעגרא און פאראגוויי טייכן.

וויסנשאפט און טעכנאלאגיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ארגענטינע האט דריי נאבעל פריז געווינער: בערנארדא הוסיי, סעזאר מילשטיין און לואיס לעלואר.

ארגענטינע האט א נוקלעארן פראגראם; זיי האבן געבויט דעם ערשטן פארש רעאקטאר אין 1957. אויך איז ארגענטינע טעטיק אין קאסמאס פארש.

דעמאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די באפעלקערונג פון ארגענטינע איז צאמגעשטעלט בעיקר פון די אפשטאמלינגען פון אימיגראנטן, מערסטנס פון שפאניע און איטאליע, און אויך פראנקרייך, דייטשלאנד, רוסלאנד, בריטאניע, די שווייץ און די סקאנדינאווישע לענדער. קרוב צו 90 פראצענט פון דער באפעלקערונג זענען ווייסע קאווקאזן.

פראקיש איז שפאניש די שפראך פונעם לאנד, וואס כמעט אלע ארגענטינער רעדן. אנדערע שפראכן וואס מען רעדט אין ארגענטינע זענען ענגליש (מער ווי 40% פון דער באפעלקערונג פון לאנד), איטאליעניש (1.5 מיליאן מענטשן), אראביש (1 מיליאן מענטשן), דייטשיש (400,000 רעדער) און יידיש (200,000 רעדער).

ארגענטינע האט די גרעסטע באפעלקערונג פון יידן אין לאטיין אמעריקע, און די 7ט גרעסטע אין דער גארער וועלט.

רעליגיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ארגענטינער קאנסטיטוציע גאראנטירט רעליגיעזע פרייהייט. 76% פון ארגענטינער זענען קאטאליקן. דעם 13טן מערץ 2013 האט מען געוויילט אן ארגענטינער קארדינאל פויבסט, מיטן נאמען "פראנציס". ער איז געווען דער ערשטער פויבסט פונעם קאנטינענט פון אמעריקע, און דער ערשטער נישט־אייראפעאישער פויבסט אין 1272 יאר.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]