פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מײַ 2
מראה
מיטוואך, דעם 2טן מיי 2007
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- פרומקייט ווערט באדראעט פון אפנקייט, אינטערנעט ווערט געפלאגט פון צענזור.
- פרומע חברי הכנסת טרעפן זיך צונויף מיט צענדליגע פרומע וועב זייטל מנהלים אין שפיץ פון רב, אין ספעציעלע ארץ ישראל רעגירונג וויסנשאפט און טעכענאלאגיע קאמיטעט סעסיע, צו שאפן געזעץ וואס זאל זיך ספראווען מיטן אפנקייט פון אינטערנעץ וואס באדראעט פרומע לעבנסשטייגער. (זשעי.פאוסט)
- מאנסי: וויזשניצער עסקן, ר' שלמה קאניג וועט דיסקאסירן אינטערנעט פראבלעם מיט די איינוואונער, מיט אפענע שאלות ותשובות סעסיע פונעם ציבור אויף זיין ארבעט אלס ווארלד ווייד וועב דעטעקטיוו פון ראקלענד קאונטי שעריפס דעפארטמענט וואס געבט זיך אפ מיט מנובלים און טעראריסטען וואס לאקערן באהאלטן אין אינטימער באהאלטענער מעדיום. (זשורנאל ניוז)
- אינטערנעט דערלאזט נישט קיין צענזור; קאוד וואס היט מען זאל נישט קענען קאפיען די.ווי.די.'ס, ווערט פארשפרייט איבעראל אויפן ווארלד ווייד וועב אן קיין אפהאלט. (חדשות אנש)
- דיג די וועבסייט וואס די ווירטואלע קהילה מאכט אפ וואס זאל זיין הויפט נייעס ווערט געפלאגט פון ראיאטען פון אירע באנוצער וואס רעוואלטירן קעגן די מנהלים מיטן טענה אז זיי פליקן דאס אראפ אויס מורא פון די עדס וואס די קאמפאניס געבן זיי. (גיזמאודאו)
- וואלאזשין'ער ישיבה שטייט אויס נאכאמאל צו פארלוירן ווערן פון אידישע הענט. (זשעי.טי.עי.)
- פארדהעם אוניווערסיטעט אנטראפאלאגיע שטודיע אויף בארא פארק חרדישע מיידלעך און פרויען צייגט אז כאטשיג זיי זענען מער געפענט צו דער גויאישער וועלט ווי די מענער זענען זיי פיל פיל מער פרומער. (פארדהעם)
- ספיקער פון פאליסטינער פארלעמענט דאווענט פארן פארטיליגונג פון אידן. (ישראל היינט)
- פראנקרייך: איד געשטאכן אין פארענט פון כשר רעסטוראנט. (אי.זשעי. פרעס)
- ארטאדאקסישע אידן שתדלן קאנגרעס צו מעגן הנאה האבן פון העד סטארט פראגראמען אפילו אין רעליגיעזע שולעס. (זשעי.טי.עי.)
- ר' אהרן טייטלבוים אויף בליץ באזוך אין לאנדאן זיך צו באדאנקען פאר דעם חרדישען מיליאנער ר' ישעי' וואלף לעוו, פאר הלוואה פון 5 מיליאן דאלער, זיינע רייד ווערן צענזורירט פון חרדישען טעלעפאון האטליין קו הציבור, צוליב דעם וואס ארונים טענהען אז ער האט געגעבן אויך, נישט בלויז געבארגט. - בילדער. (בח"ח)
- בילדער און ווידיאו פון ר' זלמן לייב טייטלבויםס שבת אין בארא פארק. (גוגעל ווידיאוי)
- לאס וועגאס: אידישע מיידל פארכאפט אין קירכע צו שמד אוועק פון איר אידישעע פאמיליע. (לאקאל מידיע)
- הויפט סי.איי.עי דירעקטאר זשארזש טענעט טוט זיך אויף אין נייעם בוך וויאזוי ער האט באקעמפט ביבי נתניהוס דרוק אויף ביל קלינטאן צו באפרייען יונתן פאלאראד. (וויינעט)
- טערקיי: איד ארעסטירט אויף דעם חשד פון גלידער האנדל. (וויינעט)
- טיילאנד: פאליציי געיעג נאך איד וואס קידנעפד עלעפאנט. (וויינעט)
- עלים לתרופה דעקט אויף דעם שקר אונטער ח"י רוטל משקה. (בח"ח)
- מאה שערים אין בילדער ה' אייר. (בח"ח)
- מארסעי פראנקרייך אין בילדער פון באזוך פון הרב שטיינמאן מיט גור'ע רבי. (בח"ח)
- הרב יצחק דוד גראסמאן קומט אונטער קריטיק פארן לערנען תורה מיט גוי'אישע תלמידים. (הצופה)
- חרדישער ביליאנער ר' לוי לעוויעוו לייגט ארויף זיין ריעל עסטעיט ביזנעס אינוועסטמענט קאמפאני אפריקע ישראל אויפן ניו יארק בערזע. (וויינעט)