פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 יאנואר 3
מראה
- חיים אפפעל געבט אריין א 11 מיליאן דאלאר לאו-סוט קעגן ניו יארק סיטי פאר די באבארישע באהאנדלונגען מיט איהם בעת די בארא פארק ראיאטן, ער קלאגט אז מען האט איהם אויסגעריסן זיין בארד פאר זיין 9 יעריגע אינגעל. (ניו יארק פאסט)
- כותל אין געפאר פון איינפאלן. (וויינעט)
- רבנים אסרען פרויען זיך אויסלערנען געוויסע פרנסה פאכן. (הארץ)
- רייכסטער איד אויף די וועלט און קירוב פילאנטראמפ, שעלדאן איידלסאהן בוי קאסינא געמבלינג צענטער נעבן ניו יארק. (וויינעט)
- סי.ען.ען פארטוישט באראק אבאמא מיט אסאמא בין לאדין. (וויינעט)
- וואל סטריט זשורנאל איבער דעזיינט גענצליך. (יאהו)
- תולדות אברהם יצחק געראקט פון רעזיגנאציע פון מנהל המוסודות. (תפוז)
- או. יו. זאגט צו געווינער ריזן פרייז, פאר די שול וואס האט אוועקגעשטעטלט דאס בעסטער קירוב פראגראם אין אמעריקע, א נדבה פון $20,000 דאלער. (אוי.יו.)
- פרייליכער ענדע צו דילעמא פון ארונישען פאליטיקער: ר' פוטשו וויינבערגער פועלט אויס עקסטער אידישע פארטי פארן איינשוועררונג פון נייעם גאווערנער פון ניו יארק עליעט ספיצער. (די פאליטיקער)
- בילדער פון זאלי עסקנים ר' שלום דייטש און ר' משה דוד נידערמאן און דעם פאפא חסיד ר' יונתן יוסף מענצער ביים איינשווערונג צערעמאניע פון נייע ניו יארקער גאווערנער עליאט שפיצער. (דעילי ניוז)
- לאור דעם וואס בזק האט ערקלערט נאכטאן זשעי. נעט און גרינדן בלויז כשר אינטערנעט מאכט הארץ (צייטונג) אן איבערבליק איבער די ארימער חרדישע וועב סייטס. (הארץ)
- פרענקל רמב"ם פרובירט ענטפערן מיט פאלטשען אויסרייד פארוואס זיי איגנארירן צענדליגע גאונים, פוסקים און תלמידי חכמים, אז זיי האבן געשריבן מיט חוצפה קעגן אנדערע גדולים, בשעת ווען זיי ברענגן יא פון ר' יואל טייטלבוים וואס ער האט זיך דאס מערסטע מתחצף געווען קעגן גדולים. (הרהורים)
- הויפט שטייער באמטע אין ארץ ישראל זענען אין טורמע אונטער ארעסט אויפן באשולידגונג פון קארופציע דורך נעמען שוחד. (וויינעט)
- ביבי נתניהו טרעפט זיך מיט חרדים, פרובירענדיג זיי איבערבעטן פארן שניידן קינדער בענעפיט פראגראמען. (הארץ)
- קלאפ פאר ברסלב צפת: מעריב באריכט אז ישיבה פאר ספרדישע בעלי תשובה פארדינט 7 מיליאן דאלער! רעביצען פון ראש ישיבה לייקענט; ישיבת אור יקר פירט א מאכט געראנגל מיט לאקאלען ברסלב קהילה אויף די בעלי תשובה, און דער ראש ישיבה האט זייער מיאוס געשריבן קעגן ברסלב השקפה און לעבנסשטייגער. (ען.אר.זשי.)
- טיצען אידן באזוכען דעם מאמען: דאווענען ביי קבר רחל. (ערוץ 7)
- צדיק אין טרויער: טאכטער פון ר' יעקב מאיר שעכטער נפטר געווארן. (בחדרי חרדים)
- ברוך דיין האמת: גרויסער אידישיסט; ר' איטשע גאלדבערג נפטר געווארן. (וואשינגטאן פאוסט)
- כינע: אידישער נפטר ווערט געפאלמעסט; מיט צענדליגע פעקלעך דראגס געטראפן אין זיין בויך. (זשעי.פאוסט)
- גרעסטער ארגאן ביישטייערונג קאמפיין אנגעהויבן אין ארץ ישראלס היסטאריע צו ערמעגליכן ראטעווען לעבענעס דורך השתלת אברים. (זשעי. פאוסט)
- וויליאמסבורג שווארצער קאנסטראקשען ארבעטער אין העלדישער אקט: טאנצט אריין אין פארענט פון אנקומענדער סאבוועי באן בשעת זיינע 2 קליינע מיידלעך שטייען און קוקן צו אומבאהאלפן, צו ראטעווען א טאטאל פרעמדער מענטש וואס איז געווארן באטראפן פון א סיזשער אטאקע און אריינגעפאלן אין לאך; שלאגט זיך צווישן די טרעקס מיט דעם ווארפנדן קראנקן אפילעפסי פאציענט]] אים צו אריינקוועטשן צווישן די טרעקס אז די טרעין זאל זיי נישט צומאלן, צו אלמענס וואונדער זענען ביידע געראטעוועט גענצליך אומבאשעדיגט ליגענדיג צוזאם געקוועטשט צווישן די טרעקס אונטערן אפגעשטעלטן טרעין פאר 20 מינוט. (נ.י. פאוסט)
- רודי זשליאניס פרעזידענט קאמפיין ליידט דורכפאל מיטן נעלם ווערן פון קריטיש געהיימער דאקומענט איבער זיין פאנד רעיזינג שוועריגקייטן. (דעילי ניוז)