עליאט שפיצער

פֿון װיקיפּעדיע
עליאט שפיצער
דער 54סטער גאווערנאר פון ניו יארק
איינגעשוואוירן: 2006
פארגייער:
נאכפאלגער: דעיוויד פעטערסאן
געבוירן: יוני 10, 1959
געבורט ארט: בראנקס
ווייב: סילדע וואל ספיצער
פארטיי: דעמאקראט
אונטערשריפט: {{{אונטערשריפט}}}

עליאט שפיטצער (געבוירן דעם 10טן יוני 1959) איז אן אמעריקאנער אדוואקאט, פאליטיקאנט און דער 58סטער גובערנאטאר פון ניו יארק, ער איז געווארן גאווערנאר אין יוני 2007 און ער האט רעזיגנירט מיט שאנדע אין מערץ 17. פאר דעם איז ער געווען דער ניו יארקער אטוירני דזשענעראל.

קאמפיין צו ווערן אדוואקאט גענעראל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1994 איז ער דאס ערשטע מאל געלאפן אין דער דעמאקראטישער פריימערי פאר אדוואקאט גענעראל אין ניו יארק, זייענדיג ניי צו פאליטיק האט ער פארשפילט און אריינגעקומען דער פערטער, כאטשיג ער האט געהאט אסאך געלט פון זיין טאטן. פיר יאר שפעטער אין 1998 האט ער געווינען די פריימערי און שמאל געווינען די אלגעמיינע וואלן נאך זעקס וואכן איבערציילן.

אדוואקאט גענעראל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אלס אדוואקאט גענעראל האט שפיטצער זיך אפגעגעבן מיט אויספארשן גרויסע פירמע'ס אין וואל סטריט, דאס איז געווען נאך דעם אינטערנעט סטאק בלעזל, האט ער זיך אפגעגעבן מיט אויספארשן די פירמעס וואס האבן רעקאמאנדירט אקציעס אפילו זיי האבן געוואוסט אז עס איז פראבלעמאטיש, דאס האט אים געמאכט זייער שטארק פאפולער. שפעטער אין זיין צווייטן קאדענץ האט ער שטרענג אויסגעפארשט פירער פון גרויסע פירמעס, און ווען זיי האבן זיך נישט געוואלט אונטערווארפן און דערקעלרן שולדיג האט ער זיי שטארק באשמיצט און געלאזט ארויסרינען קלאנגען און די מעדיע אנקעגען זיי, כאטשיג אסאך מאל האט ער נישט געקענט ברענגען קלאגעס אנקעגען זיי, דאס האט אים פארשאפט אסאך שונאים.

קאמפיין פאר גובערנאטאר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אום דעצעמבער 2004 האט ער דערקלערט אז ער וועט לויפן פאר גובערנאטאר פון ניו יארק באלד צוויי יאר פאר די וואלן, ווארשיינליך צו פארלויפן דעם וועג פון סענאטאר טשארלס שומער וואס האט אויך געפלאנט צו לויפן פאר גובערנאטאר, צום סוף איז שומער טאקע נישט געלאפן.

אום נאוועמבער 2006 האט שפיצער געווינען די אלגעמיינע וואלן מיט א היסטארישער מערהייט פון 69% אנטקעגן דעם רעפובליקאנער קעגנער דזשאן פאסא.

גובערנאטאר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סקאנדאל און רעזיגנאציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין צענטן מערץ 2008 האט די ניו יארק טיימס געבראכן די נייעס איבער א היסטארישע סקאנדאל איבער עליאט ספיצער, וואס האט געפירט צו זיין רעזיגנאציע אלס גאווערנער און ענדע צו זיין פאליטישע קאריער.

עס איז אנטדעקט געווארן אז ספיצער איז פאר א צייט פון מער ווי צוויי יאר געווען פארמישט אין זנות אקטיוויטעטן, ווי ער האט באצאלט אסאך געלט פאר געשלעכט מיט די זינגערין אשלי אלעקסאנדרע אופרע, וואס האט געבעטן די סומע פון טויזנט דאלער א שטונדע, און מיט נאך מיידלעך זונות.

סך הכל האט ער געצאלט אכציג טויזנט דאלער פאר געשלעכט, וואס דאס איז אומלעגאל אין אמעריקע, אויסער וואס עס פאסט נישט פאר א שטאטסמאן.

אין ליכט פון דעם, און וויסנדיג אז קיינער וועט זיך נישט אננעמען פאר אים ווייל ער האט פארמאגט אסאך שונאים, און מען וועט אים ממילא אימפיטשן, האט ער רעזיגנירט אין זיבעצן אין מערץ.

אים איבערגענומען האט דייוויד פעטערסאן דער שווארצער וויצע גאווארנער.