עזר ווייצמאן
געבורט |
15 יוני 1924 תל אביב-יפו, בריטישער מאנדאט |
---|---|
טויט |
24 אפריל 2005 (אלט 80) קיסריה, ישראל |
מדינה | ישראל |
קבורה ארט | אור עקיבא |
פאך | פאליטיקער, אפיציר אין לופֿטפֿלאט, סוחר |
אַמט | פרעזידענט פון ישראל, פארטיידיקונגס מיניסטער, מיניסטער אן פארטאפעל, כנסת דעפוטאט, כנסת דעפוטאט |
בן/בת זוג | ראומה וויצמאן |
עזר ווייצמאן (15טן יוני 1924 י"ג סיון ה'תרפ"ד - 24סטן אפריל 2005) איז געווען א הויכראניקער אפיציר אין צה"ל, פון די גרינדער פון די לופט קרעפטן, א פאליטיקער און פרעזידענט פון ישראל.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווייצמאן איז געבוירן געווארן אין תרפ״ד צו זיין פאטער יחיאל ״חיליק״ ווייצמאן און זיין מוטער יהודית (קרישעווסקי). זיין פאטער איז געווען א ברודער פון חיים ווייצמאן, דער ערשטער פרעזידענט פון ישראל, און פארזיצער פון דער אלוועלטלעכער ציוניסטישער באוועגונג.
ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, האט ער געדינט אלס פליער אין די קעניגליכע לופט קרעפטן פון גרויסבריטאניע. נאך דער מלחמה האט ער זיך אנגעשלאסן אין די אצ"ל און דערנאך אין דער הגנה.
זייענדיק א פילאט, האט ער געהאלפן גרינדן די אפטיילונג פון לופט פארטיידיגונג, ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה, ביי דער זעקסטאגיקער מלחמה, איז ער געווען פון די פלאנירער פון דער אטאקע קעגן די אראבישע לענדער וואס האבן טייל גענומען אינעם קריג.
נאכן פארלאזן די ארמיי איז ער אריין אין פאליטיק, אנהייב אין ליכוד, וואו ער האט געדינט אלס פארטיידיגונג מיניסטער אונטער מנחם בעגין. ער האט דערנאך פארלאזט די ליכוד פארטיי, און זיך פארמאסטן מיט בנימין בן אליעזר אין א פארטיי וואס האט זיך אנגעשלאסן אין דער ארבעטס-פארטיי.
אין יאר 1992 האט ער רעזיגנירט פונעם כנסת, א יאר דערויף איז ער ערוויילט געווארן פרעזידענט אלס קאנדידאט פון די לינקע. אין 1998 איז ער ווידעראמאל ערוויילט געווארן צו א צווייטן טערמין, ער האט רעזיגנירט אין יאר 2000 נאך ווען ער איז געווארן פארדעכטיגט אין טון קרימינאלע פארברעכנס ווען ער איז געווען אין כנסת, ער איז קיינמאל נישט געווארן אנגעקלאגט.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מיט זיין ווייב ראומה וויצמאן (שווארץ) האט ער צוויי קינדער, מיכל און שאול.
פרעזידענטן פון ישראל | ||
---|---|---|
חיים ווייצמאן (1949 – 1952) • יצחק בן-צבי (1952 – 1963) • זלמן שזר (1963 – 1973) • אפרים קציר (1973 – 1978) • יצחק נבון (1978 – 1983) • חיים הערצאג (1983 – 1993) • עזר ווייצמאן (1993 – 2000) • משה קצב (2000 – 2007) • שמעון פרס (2007 - 2014) • רובי ריוולין (2014 - 2021) • יצחק הערצאג (2021 - ) |
דוד בן-גוריון · פנחס לבון · דוד בן-גוריון (ווידער) · לוי אשכול · משה דיין · שמעון פרס · עזר ווייצמאן · מנחם בעגין · אריאל שרון · מנחם בעגין (ווידער) · משה ארענס · יצחק ראבין · יצחק שמיר · משה ארענס · יצחק ראבין (ווידער) · שמעון פרס (ווידער) · יצחק מרדכי · משה ארענס · אהוד ברק · בנימין בן אליעזר · שאול מופז · עמיר פרץ · אהוד ברק · משה יעלון · אביגדור ליבערמאן · בנימין נתניהו · נפתלי בענעט · בעני גאנץ |