לדלג לתוכן

מאטל כ"ץ

פֿון װיקיפּעדיע
נישט ענדערן!
נישט ענדערן!
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ.

דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען.


רבי חיים מרדכי כ"ץ
קיין פריי בילד
געבורט 1894
תרנ"ה
שאדאווע, ליטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 17 נאוועמבער 1964 (אלט 70 בערך)
י"ב כסלו, תשכ"ה
קליוולאנד, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג ליטווישע חרדים
אמטן ראש ישיבה פון דער טעלזשער ישיבה
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי חיים מרדכי "מאטל" כ"ץ; (ה'תרנ"ד-י"ב כסלו תשכ"ה) איז געווען דער ראש ישיבה פון טעלזש אין קליוולאנד און פון די פראמינענטע פירער פון אמעריקאנישן יידנטום.

מאטל כ"ץ איז געבוירן געווארן אין ליטע אין תרנ"ד צו זיינע עלטערן יעקב כ"ץ און רחל (געבוירן האשוואס). ווען ער איז געווען א קליין קינד האט די משפחה זיך געצויגן קיין פאפעליאן, און פון דעמאלסט אן האט מען אים גערופן "מאטל פאפעליאנער". אלס בחור האט ער געלערנט אין דער ישיבה פון הרב יוסף לייב בלאך, רב אין שאדעווע (נישט ווייט פון פאפעליאן). אין תר"ע איז ער געגאנגען לערנען אין כנסת בית יצחק אין סלאבאדקע. אדר תר"ע איז הרב לייזער טעלזער נפטר געווארן, און מען האט באשטימט זיין איידעם, הרב יוסף לייב בלאך פאר זיין ממלא מקום. קורץ נאכהער איז מאטל כ"ץ אריבער קיין טעלזש צו לערנען ווידעראמאל ביי זיין רבי'ן הרב בלאך.

מאטל'ס עלטערן האבן זיך געצויגן קיין דרום אפריקע, אבער איז געבליבן אין דער ליטע לערנען ביי הרב יוסף לייב. אין תרע״ד, איז רבי כ״ץ געגאנגען לערנען צוויי יאר אין דער וואלאזשינער ישיבה וואו ער האט באקומען היתר הוראה פון רבי רפאל שפירא, דער איידעם פונעם נצי"ב. אין תרע״ן האט ער געלערנט ביי רבי שלמה פאלאטשעק, דער בארימטער ״מייטשעטער עילוי״. אין תרע״ח איז ער צוריקגעגאנגען קיין טעלזש וואו ער האט חתונה געהאט מיט פעריל לאה, טאכטער פון הרב בלאך.

ערשטער בלאט פון אידישער לעבן

אין תרצ״ד איז רבי מאטל כ״ץ געווען איינער פון די גרינדער פון צעירי אגודת ישראל אין דער ליטע און איז געווען דער פארזיצער פונעם וועד הפועל. צוזאמען מיט זיין שוואגער הרב אליה מאיר בלאך האט ער געדינט ווי איינער פון די רעדאקטארן פון דער צעירי אגודת ישראל צייטונג אין דער ליטע: "אידישער לעבן".

ער איז געווען א דעלעגאט צו דער ערשטער כנסיה גדולה פון אגודת ישראל אין תרפ'ג, און ביי דער דריטער כנסיה גדולה אין תרצ"ז האט מען אים באשטימט א מיטגליד פונעם "אינטערנאציאנלן וועד הפועל".

צווייטע וועלט מלחמה—אריבער אין די פאראייניגטע שטאטן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ת"ש האבן רבי מאטל כ"ץ און רבי אליהו מאיר בלאך געדאנזשעט ארויספארן פון סאוועטן אקופירטער ליטע דורך סיביר און יאפאן, און ענדעלך אנגעקומען אין די פאראייניגטע שטאטן נאך סוכות תש"ב 1940, מיטן צוועק פון ווידער אויפשטעלן די טעלזשער ישיבה און אריבערברענגען די הנהלה און תלמידים פון ליטע. זיי האבן געדארפט פארן אן זייערע ווייבער און קינדער, און האבן גארנישט געוואוסט וואס פאסירט מיט זיי ביזן סוף פון דער מלחמה.


  • באר מחוקק, רבי יעקב זאב כ"ץ, וויקליף, אהאיא


פֿריערדיגער:
רבי אליהו מאיר בלאך
ראש ישיבה פון דער טעלזשער ישיבה אין קליוולאנד
תשי"ד-י"ב כסלו תשכ"ה
נאָכפֿאלגער:
רבי ברוך סאראצקין
& רבי מרדכי גיפטער