ברוך עפשטיין
געבורט |
29 יאנואר 1860 ה'תר"ך באברויסק, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
1941 (אלט 80 בערך) ה'תש"ב פּינסק, סאוועטן פארבאנד |
באשעפטיגונג | תורה, תלמוד ירושלמי, פארשעריי |
זיינע רביס | יאשע בער הלוי סאלאווייטשיק |
חיבורים |
תורה תמימה ברוך שאמר מקור ברוך |
רבי ברוך הלוי עפשטיין (ה'תר"ך, 1860, באברויסק - ה'תש"ב, 1942, פינסק) איז געווען א חוקר, און מחבר פונעם ספר תורה תמימה און נאך ספרים. ער האט געארבעט אלס בוכהאלטער אין א באנק פאר פרנסה.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן געווארן צו הרב יחיאל מיכל הלוי עפשטיין מחבר ספר "ערוך השולחן", און מיכלה די שוועסטער פון דעם נצי"ב, ראש ישיבה פון דער וואלאזשינער ישיבה, וואס איז שפעטער אויך געווארן זיין שוואגער (ווייל נאך דער פטירה פון זיין ערשטער ווייב האט דער נצי״ב חתונה געהאט בזיווג שני מיט רבי ברוך׳ס שוועסטער). ביי די 13 יאר האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער וואלאזשינער ישיבה, דארט האט ער געלערנט פינעף יאר, און ער איז דארט געווארן פאררעכנט אלס איינער פון די עילויים. ער איז געווארן מוסמך פאר רבנות דורך: זיין פעטער דער נצי"ב, רבי יאשע בער הלוי סאלאווייטשיק (מחבר פונעם "בית הלוי") רבי חיים יהודה סאסניצער דער רב פון סמארגאן, און רבי רפאל שפירא וואס האט געדינט אלס מגיד שיעור אין דער וואלאזשינער ישיבה. ער איז געווארן א חתן מיט דער טאכטער פון רבי אלעזר משה הלוי הורוויץ, פינסקער רב, און דערנאך, אין זיין שווער'ס שטוב, האט ער געלערנט תורה ומדעי היהדות אויך אלגעמיינע וויסנשאפט. שפעטער האט ער געלערנט אין אקדמיה פאר מסחר אין וויען, און זיך אומגעקערט קיין פינסק וואו ער האט געדינט אלס הויפט מנהל פון די חשבונות אין באנק. און דערנאך איז ער געווארן נתמנה אלס מנהל הבאנק, און ער האט אנגעהאלטן דעם פאסטן ביז'ן אויסברוך פון דער ערשטער וועלט־מלחמה. במקביל למד וחיבר ספרים שונים, המפורסם שבהם הוא "תורה תמימה" - א פירוש ספר על התורה. נאך זיין שווער'ס פטירה האט מען אים פארבעטן צו דינען אלס ארטיגער רב, אבער ער האט אנטזאגט. אזוי אויך האט מען אים פארגעשלאגן דאס רבנות אין פעטערבורג און אין מאסקווע, אבער ער האט אנטזאגט.
ער איז אויך געווען טעטיג אין אגודת "ציון", צו פארשפרייטן די העברעאישע שפראך. עס איז שטארק באקאנט דער בריוו-אויסטויש וואס ער האט געהאט מיט פראפעסאר פאוול קאקאווצאוו פון פעטערבורג, צו באשיצן דעם כבוד פון די אידן ביי מענדל בייליסנ׳ס משפט. אלע אידישע און רוסישע צייטונגען האבן דאס דאן ברייט באריכטעט.
נאָך דער רוסישער רעוואלוציע איז ער געפארן צו די פאַראייניגטע שטאַטן, צו דרוקן און פאַרשפּרייטן זיינע ביכער און שריפטן, דארט האט ער זיך געזוימט צווישן די יאָרן פון 1923–1926. דערנאך האט ער זיך צוריקגעקערט קיין פינסק. ער איז געשטארבן בשעת דעם חורבן אין 1942, און מען האט אים מקבר געווען אין בית החיים אין קארלין.
זיין ציוניסטישע טעטיגקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין די תר"ע יארן, ווען עס איז נתפרסם געווארן די אָפּציע צו אפקויפן אַרץ ישראל פונעם טערקישן סולטאַן, האט עפּשטיין זיך שטארק קעגנגעשטעלט צו דעם געדאַנק, טענה'דיג אַז עס איז נאך ניט אנגעקומען די צייַט פון גאולה. אבער אין די שפּעטערע יאָרן האט ער זיך דערנענטערט צו דער געדאַנק פון אוועקשטעלן די לאַנד פון מדינת ישראל, ער האט באשטייערט צו די קרנות וואס זענען געווארן אויפגעשטעלט פאר דעם צוועק, און מיט דער גרינדונג פון דער "מזרחי" פארטיי האט ער זיך באטייליגט דערין. ספּעציעלע אויפמערקזאַמקייַט האט ער געגעבן פאר דער באַוועגונג פון "הפועל המזרחי", וואָס ער האט אין איר געזען די רעליגיעזע באַוועגונג אין דעם לאַנד פון ישראל. דערוועגן, האט ער שטארק מקרב געווען די שליחים פון "הפועל המזרחי" ווען זיי האבן זיך געזוימט אין פינסק. ער האט זיך אינטערעסירט אויך אין דער אָרגאַניזירונג פון "החלוץ המזרחי" אין זיין שטאָט, געליינט די צייטונג "נתיבה" און אנדערע בראשורן איבער דעם לאַנד פון ישראל. ער איז געשטאנען אין נאָענטן קשר מיט דער זון פון זיין שוועסטער, רבי מאיר בר-אילן. אבער מיט דעם אלעם, האט ער קיינמאָל נישט איינגעזען די געבאָט פון ישוב ארץ ישראל און די ציוניסטישע אידעאלאגיע.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- תורה תמימה - (חמשה חלקים) פירוש על התורה המשלב בין פירושי ודרשות התלמוד והמדרשים לפסוקי התורה, און בייגעלייגט דערצו, תוספת ברכה. געדרוקט ערשטנס אין ווילנע, ה'תרס"ב.
- מקור ברוך - (1928 מהדורה ראשונה) (פיר בענדער) אוטוביוגרפיה; תולדות משפחתו (משפחת עפשטיין); זיינע זכרונות אויף וואלאזשינער ישיבה און אויף דער ראש ישיבה, זיין פעטער דער נצי"ב, און נאך א צאל פערזאנען פון יענער צייט; חידושים און קלערונגען אין גמרא. א חלק פונעם ספר איז געווארן איבערגעטייטשט צו ענגליש אין שנת 1987 דורך הוצאת ארטסקרול מיטן נאמען "My uncle the Netziv".
- מקור ברוך - על תלמוד ירושלמי
- ברוך שאמר - (1940 מהדורה ראשונה) הלכות תפילה וביאורים על הסידור, און אזוי אויך אויף הגדה של פסח, און פרקי אבות.
- גשמי ברכה - על חמש מגילות.
- נחל דמעה, הספד אויף זיין שווער רבי אלעזר משה הורוביץ.
- שפה לנאמנים, א מאמר אויף לשון הקודש.
- תוספת ברכה, דברי תורה ומאמרים על פרשיות השבוע, (וואס רוב זענען שוין געברענגט בקיצור אין זיינע הערות אין תורה תמימה).
דרויסנדיגע לינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- די געשיכטע פון רבנים וואס זענען אומגעקומען ביים חורבן פון דר. פּערל מייזליש (אויף העברעאיש)
- שמואל נח גאטליב, אהלי שם, פינסק, תרע"ב, עמ' 153 ואילך, ביי HebrewBooks
- בן-ציון אייזנשטאט, ר' ברוך הלוי עפשטיין, דור רבניו וסופריו, חלק א, עמוד 42, ביי HebrewBooks
- די לערנונגען פון רבי ברוך הלוי עפשטיין: אַ הערה וועגן לייענען פּרשת פרה,
- א באַמערקונג אויף דער פעדערונג פון יראת חטא בעפאר חכמה
זיינע חיבורים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מקור ברוך דער אריינפיר, ערשטער טייל, צווייטער טייל, דריטער טייל , און פערטער טייל, ביי Hebrewbooks
- "גשמי ברכה אויף די פינף מגילות" (דעת וועבזייטל)
- מגילת אסתר מיט תורה תמימה
- שפּה לנאמנים , אַן אַרטיקל אויף דער שטריך און ווערט פון לשון הקודש, אין דריי קאפיטלען.
אויף זיינע חיבורים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- שמעון זאקהיים, שיחה תמימה אַ קריטיק שמועס אויף דעם ספר "תורה תמימה" אויף אוצר החכמה.
- יהושע מונדשיין, מקור ברוך, דער מקור פון ליגנט (ארכיווירט 23.11.2016 ביי דער Wayback Machine).
- שמריה גרשוני, "יַחְדָּו יִהְיוּ תַמִּים" - איבער דער 'שיחה תמימה' על החומשים 'תורה תמימה', המעיין תשרי תשע"ב
- תיקונים אויף מראי מקומות אין תורה תמימה.