יאשע בער הלוי סאלאווייטשיק
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם "בית הלוי". טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק (באדייטן).
געבורט |
1820 נעזשוויז, בעלארוס |
---|---|
טויט |
1 מאי 1892 (אלט 72 בערך) בריסק, רוסלענדישע אימפעריע |
תלמידים | חיים סאלאווייטשיק, ברוך עפשטיין |
הרב יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק (ה'תק"ף, נעזשוויז - ד' אייר ה'תרנ"ב, בריסק)[1] באקאנט ווי רבי יאשע בער, איז געווען דער בריסקער רב און מחבר פונעם ספר "בית הלוי".
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יאשע בער איז געבוירן אין יאר ה'תק"ף אין נעשוויז (היינט אין מינסקער וואבלאסט, בעלארוס) צו זיין פאטער רבי יצחק זאב א זון פון רבי יוסף, קאוונער רב, וואס איז געווען א איידעם ביי רבי חיים וואלאזשינער.
ער איז געווען דער צווייטער ראש ישיבה אין וואלאזשין אונטער ר' נפתלי צבי יהודה בערלין דער נצי"ב. צוליב א מחלוקה האט ער פארלאזט די ישיבה און געווארן רב אין סלוצק. אין תרל"ט, אנדערט האלב יאר נאך ווען רבי יהושע לייב דיסקין האט פארלאזט בריסק און געפארן קיין ארץ ישראל, איז ר' יאשע בער אויפגענומען געווארן אויף זיין פלאץ אלס רב פון דער שטאט בריסק.
זיין זון איז געווען הרב חיים סאלאווייטשיק וועלכער האט איבערגענומען זיין פלאץ אין בריסק. ער האט אויך איבערגעלאזט א זון הרב משה סאלאווייטשיק.
תורה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ר' יאשע בער איז געווען באוואוסט אלץ א חריף. ער האט פארפאסט דאס ספר "בית הלוי" על התורה, שו"ת "בית הלוי", און "יד הלוי".
פטירה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ר' יאשע בער איז נפטר געווארן ד' אייר תקנ"ב אין בריסק.[2][3][4]
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יאשע בער האט חתונה געהאט דריי מאל. פון זיין ערשטער ווייב איז געבוירן געווארן א טאכטער (נאמען נישט באוואוסט) פון זיין צווייטער ווייב צירל, טאכטער פון ר' יצחק עפרון, א לעכאוויטשער חסיד, זענען געבוירן געווארן:
- הרב אברהם ברוך (תר"י, 1850 - תרע"ג, 1913), איידעם ביים גביר שאול קאצנעלסאן פון סלוצק. ער איז געווען רב אין סמאלענסק. זיין זון רבי ישראל (-תשי"א, 1951) איז געווען זיין ממלא מקום און שפעטער א דיין אין יאהאנעסבורג.
- הרב חיים, בריסקער רב.
- שיינדל (תרי"א, 1851 - תרמ"ב, 1882), ווייב פון הרב אריה קריינס פון סלוצק.
- מעלא, ווייב פון הרב חיים יצחק פאקער פון יאס. (הרב חיים יצחק האט געהאט א שוועסטער די ווייב פון הרב נחום וויידנפעלד, רב פון דאמבראוו.) אן איידעם זייערס איז געווען יהודה אריה בארבאש, אן אייניקל רבי שמריהו נח שניאורסאן, באברויסקער רבי.
- חוואלקא, ווייב פון הרב יהושע חיים שפירא.
זיין דריטע ווייב איז געווען אסתר ביילא רובינליכט, א טאכטער פון ר' משה אליעזר טעמקין פון ווארשע; זייערע קינדער זענען געווען:
- הרב שמחה, רב פון מאהילעוו.
- פעשא רבקה (נפ' י"ח שבט תשל"ג, 1973), ווייב פון הרב שמואל יצחק יפה (נפ' י"ז ניסן תשי"ג), אן אייניקל פונעם "לבוש"רב פון באריסאוו און דערנאך רב אין תל אביב, און מחבר פון ספר "רמת שמואל". איינער פון זייערע איידעמעס איז געווען הרב דניאל מאוושאוויץ.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ רוסישע יידישע ענציקלאפעדיע
- ↑ דער בית הלוי
- ↑ אש.קאם, archived from the original on 2010-12-20, https://web.archive.org/web/20101220002017/http://www.aish.com/dijh/46571887.html, דערגרייכט 2010-04-22
- ↑ קארלינסקי, הראשון לשושלת בריסק (תשמ"ד) עמ' 421 "נפטר געווארן ד' אייר תרנ"ב פירע פארטאגס"