יחיאל מיכל הלוי עפשטיין
געבורט |
24 יאנואר 1829 באברויסק, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
24 פעברואר 1908 (אלט 79) נאַוואַרעדאָק, בעלארוס |
פאך | רב |
הרב יחיאל מיכל הלוי עפשטין (כ' שבט ה'תקפ"ט, (1829) - כ"ב אדר ב' ה'תרס"ח (1908) איז געווען רב פון נאווהארדאק, א פוסק און מחבר פונעם ספר ערוך השולחן אויף אלע פיר חלקים פון שולחן ערוך. ער איז באקאנט ווי דער 'ערוך השולחן' אויפן נאמען פון זיין ספר.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מיכל איז געבוירן געווארן אין דער ליטווישער שטאט באברויסק (היינט אין בעלארוס) צו זיין פאטער ר' אהרן יצחק הלוי, א תלמיד חכם און אסוחר, און זיין מוטער ראשקא. זיין משפחה, די עפשטיין משפחה איז א צווייג פון דער ספרדישער בנבנשתי משפחה, וואס שטאמט פון רבי אהרון הלוי דער מחבר פונעם ספר החינוך.
רבי מיכל איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי אליהו גאלדבערג אב"ד פון באברויסק.
ער האט געהייראט מיכלה, א טאכטער פון ר' יעקב בערלין (פאטער פונעם נצי"ב פון וואלאזשין)[1], און האט געוואלט זיך באשעטיקן מיט האנדל און נישט מיט רבנות, אבער ער האט געהאלטן דאס געלט פון זיין נדן ביי איינעם וואס האט זיך באנקראטירט, און נישט האבנדיג קיין דערפאלג אין האנדל איז ער געווארן א רב.
אין תרכ"ה, ווען ער איז געווען אלט 27, האט מען אים באשטימט אב בית דין פון דער חסידישער שטאט נאוואזיבקאוו אין רוסלאנד. כאטש ער אליין איז געווען פון א מתנגדישער משפחה, האט ער געוויזן סימפאטיע צו חסידות. נאך ווען ער איז געווארן שטאטס רב, איז רב עפשטיין געפארן אויף א שטיק צייט צום ליובאוויטשער רבי'ן דעם צמח צדק, פון וועמען ער האט אויסגעלערנט וויאזוי צו פסקענען הלכה.
אין תרמ"ג (1883), ביי דער עלטער פון 45, איז ער אריבער קיין נאווהרדאק וואו ער האט געדינט אלס שטאטס רב 34 יאר.
הרב עפשטיין איז געווען דער פאטער פון הרב ברוך הלוי עפשטיין מחבר פונעם פירוש "תורה תמימה" אויף חומש, דער זיידע פון הרב מאיר בר-אילן און א שוואגער און אויך דער שווער פונעם נצי"ב, ראש ישיבה אין וואלאזשין
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ מיכלה עפשטיין (בערלין), ביים שטאמבוים אין דעם בר-אילן אוניווערסיטעט וועבזייטל