פנחס לבון
געבורט |
12 יולי 1904 קעפּיטשעניץ, גאליציע, עסטרייך אונגארישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
24 יאנואר 1976 (אלט 71) תל אביב-יפו, ישראל |
מדינה | עסטרייך אונגארישע אימפעריע, פוילן, ישראל |
פנחס לבון (לאַוואָן) איז געווען פארטיידיגונקס מיניסטער פון ישראל אינדערצייט ווען משה שרת איז געווען פרעמיער מיניסטער.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לבון איז געבוירן געווארן אין גאליציע צו זיין פאטער הרב יוסף לוביאניקער מחבר פון חוט המשולש.
ער האט חתונה געהאט צום ערשטן מאל מיט א פרוי מיט צוויי קינדער. אבער גלייך נאך דער חתונה איז ער געוואויר געווארן אז זי איז א זונה און ער האט זי גע׳גט.
א יאר נאכהער האט ער געהייראט בזיווג שני לוסי עלשטיין. זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער.
לבון פרשה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווען לבון איז געווען פארטיידיקונגט מיניסטער האט ישראל געהאט א שפיאנאזש נעץ אין עגיפטן, און ווי באלד ישראל האט מורא געהאט, אז בריטאניע וויל זיך ארויס ציען פונעם סועץ קאנאל געגנט, און דערביי וועט עגיפטן זיך שטארקן קעגן ישראל, האט מען באשלאסן אין ישראל אז די שפיאנאזש נעץ וועט טוען סאבאטאזש קעגן ענגלאנד און אמעריקא.
די געהיים פאליציי אין עגיפטן האט זי געכאפט, און דערביי האט זיך אנגעפאנגען די פראגע ווער עס האט פארארדענט די גייען טוען די סאבאטאזש. די חברים פונעם נעץ זענען געזעצן אין טורמע איינער איז באגאנגען זעלבסטמארד, אפאר זענען געהאנגען געווארן.
דאס געשעעניש רופט מען אין ישראל די פרשה מיט דער הא הידיעה, זי האט באשעפטיקט דאס געזעלשאפט אויף יארן, מיט באשולדיקונגען און אסאך פאליטיק.
דוד בן-גוריון · פנחס לבון · דוד בן-גוריון (ווידער) · לוי אשכול · משה דיין · שמעון פרס · עזר ווייצמאן · מנחם בעגין · אריאל שרון · מנחם בעגין (ווידער) · משה ארענס · יצחק ראבין · יצחק שמיר · משה ארענס · יצחק ראבין (ווידער) · שמעון פרס (ווידער) · יצחק מרדכי · משה ארענס · אהוד ברק · בנימין בן אליעזר · שאול מופז · עמיר פרץ · אהוד ברק · משה יעלון · אביגדור ליבערמאן · בנימין נתניהו · נפתלי בענעט · בעני גאנץ |