אויטאס 2
אויטאָס 2 Cars 2 | |
רעזשיסאר | דזשאן לאסיטער ברעד לואיס |
פראדוצירער | דעניס רים |
שטימע אקטיארן | אוען ווילסאן לערי דער קאבל מאן מייקל קיין עמילי מארטימער דזשייסאן אייזאקס טאמעס קרעטשמאן |
מוזיק | מייקל דזשאקינא |
סטודיא | פיקסאר וואלט דיזני פילמען |
פארשפרייטער | וואלט דיזני סטודיאס פילמען |
פארשפרייט | 24סטן יוני 2011 |
לאנד | פאראייניקטע שטאטן |
שפראך | ענגליש |
אויטאס 2 (ענגליש: 2 Cars) איז א פיקסאר אנימירטער פילם פון 2011. ער איז רעזשיסירט געווארן דורך דזשאן לאַסיטער און פראדוצירט געווארן דורך דעניס רים. ער איז דער המשך פילם פון "אויטאס" (2006) און איז באפרייט געווארן דעם 24סטן יוני. דער קורצער טריילער פאר "אויטאס 2" איז געווען אין די DVD און בלו-ריי קאפיעס פון "צאצקע מעשה 3", און דער פולער טריילער איז געשטעלט געווארן אין קינאס איידער דעם פילם "פֿאַרוויקלט". דער צווייטער המשך פילם "אויטאס 3" איז באפרייט געווארן אין 2017.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לײַטנינג מאַקווין קאנקורירט אין דער ערשטער וועלט גראַן פּרי, וואס באשטימט ווער איז דער שנעלסטער אויטא אין דער וועלט. יעדער געיעג פֿאַלט אויס אין פארשידענע לענדער: דער ערשטער אין טאקיא, דער צווייטער אין איטאליע און דער דריטער אין לאנדאן. דערווייַל די קאַליעדיקע אויטאס פרובירן אין געהיים צו צעשטערן די וועלט גראַן פּרי קאָנקורענטן, און מאַטער העלפט די באַהאַלטענע אַגענטן פֿין מאַקמיסײַל און האָלי שיפֿטוועל פֿאַרהאַלטן זיי.
נייע כאראקטערן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פֿין מאַקמיסײַל, האָלי שיפֿטוועל און פֿראַנטשעסקאָ בערנאָלי זענען דריי נייע כאראקטערן מיט געהעריקע ראלעס אין "אויטאס 2". פֿין מאַקמיסײַל איז א בריטישער באַהאַלטענער אַגענט וואס איז א ספעץ אין שפיאנאזש געצייג, און האָלי שיפֿטוועל איז פֿינ'ס שותפה. פֿראַנטשעסקאָ בערנאָלי איז אן איטאליענישער געיעג אויטא וואס איז מאַקווינ'ס קעגנער אין דער וועלט גראַן פּרי.