לדלג לתוכן

ראמעניע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ראָמעניע)

רומעניע
פאן רומעניע
פאן רומעניע
סימבאָל רומעניע
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
!Deșteaptă-te, Române
דעשטיאפטע־טע, ראמונע!
אָרט פֿון רומעניע
אָרט פֿון רומעניע
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך רומעניש
הויפּטשטאָט בוקארעשט
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער

גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
238,391 קוואַדראַט ק"מ
[[ליסטע פון לענדער לויט שטח|]]
3%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט



מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע
וואַלוטע
צײַט זאָנע
אינטערנעט דאָמען .
טעלעפֿאָן קאָד +

רומעניע (רומעניש: România) איז אַ לאַנד אין מזרח־אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז בוקאַרעשט.

רומעניע ציט זיך אויף א שטח פון 237,500 קמ"ר (10 מאל גרעסער פון ארץ ישראל, און איז אויך גרעסער פון אונגארן און בולגאריע צוזאמען), די קארפאטע בערג פארנעמען א דריטל פונעם לאנד.

53 פראצענט בירגער וואוינען אין שטעטלעך און דערפער, די איבעריגע אין די גרויסע שטעט, למשל בוקאַרעשט, קאנסטאנצא, יאס, טעמעשוואר א.ד.ג.. 1 פראצענט פונעם פאלק זענען נאך היינט אידן. ענגליש איז די צווייטע שפראך אינעם לאנד.

אנדערע באקאנטע שטעט זענען:

די אפיציעלע שפראך פון רומעניע איז רומעניש, א לאטיינישע שפראך מיט א שייכות צו איטאליעניש, פראנצויזיש, שפאניש, פארטוגעזיש און אנדערע שפראכן. רומעניש איז די מוטערשפראך פון 91% פון דער באפעלקערונג. ס'זענען אויך 45,000 געבוירענע רומענער וואס רעדן דייטש און 32,000 רעדער פון טערקיש. אין די שולעס לערנט מען די פרעמדע שפראכן ענגליש און פראנצויזיש. פינף מיליאן רומענער רעדן ענגליש, 4-5 מיליאן רעדן פראנצויזיש.

מער ווי 60% פון אויסלענדישע באזוכער אין 2007 זענען געווען פון אנדערע אייראפעאישער פארבאנד לענדער.[1] די פאפולערע זומער אטראקציעס פון מאמאיע און אנדערע קורערטער אויפן שווארצן ים האבן געצויגן 1.3 מיליאן טוריסטן אין 2009.[2][3] שלעסער אין זימבערגן שטעט ווי סיביו, בראשאוו, און שעסבורג ציען א גרויסע צאל טוריסטן. בראן שלאס, לעבן בראשאוו איז איינער פון די בארימטסטע אטראקציעס אין רומעניע, וואס ציט הונדערטער טויזנטער טוריסטן יעדע יאר ווייל ער ווערט אפט אנאנסירט ווי דער שלאס פון דראקולא.[4]


טוריסטישע אנווייזונגען

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אמעריקאנער בירגער קענען זיין אין רומעניע ביז 30 טעג אן א וויזע, פון ישראל דארף מען אייביג א וויזע.

מען מעג אריינברענגען אין לאנד ביז 10,000 דאלער.

די וואלוטע אין רומעניע איז 'ליי' (איינצעלנע איז 'לעאָו').

3 ערליי מטבעות איז פארהאן: 50, 100, 500 ליי, און שטרות איז פארהאן 5 ערליי: 1000, 5000, 10,000, 50,000, 100,000 ליי.

עס וועט זיין קאמפליצירט צו צוגלייכן דער ליי מיט אויסלענדישע געלט; 1 דאלער באטרעפט 6,753.77 ליי, און 1 ש"ח באטרעפט 31068 ליי.

זייט געווארענט: אויפצוטוישן געלט אויף דער גאס איז א סכנה, עס איז נישט געזעצלעך און דאס איז דער שנעלסטער וועג אריינצופאלן אין די הענט פון די פאליציי!, מען מעג בלויז אויפטוישן ביי די געוועלבן וואס זענען געאייגנט דערפאר, וואס דאס קען מען געפונען איבעראל.

דער פרייז פאר א מארקע איז .40 אדער 0.55 צענט -ווען מען שיקט צו אייראפע, און קיין אמעריקע איז 0.60 אדער 0.75 צענט.

אויך דא ברויך מען זיך באניצן מיט די מאגנאטישע קאלינג קארד'ס, וואס דער פרייז דערפאר איז 1.60 דאלער, אדער 3.10 דאלער.

אויפצוטוישן א קאלינג קארד וואס עס האט זיך אויסגעליידיגט אינמיטן רעדן, דרוקט דעם K קנעפל אויפן טעלעפאן, דאס וועט אויסנוצען די לעצטע ביסל קרעדיט וואס איז נאך געבליבן אינעם קארטל, אינדערצווישן קענט איר אריינלייגן דעם פרישען קארטל אן דעם וואס דער שמועס זאל ווערן איבערגעהאקט.

א פאקס קען מען שיקן ביי יעדן פאסט אפיס פארן פרייז פון 2 דאלער א בלאט, אנצונעמען א פאקס איז דער פרייז 1 דאלער.

דער זומער זייגער אין רומעניע הויבט זיך אן סוף מערץ, און ענדיגט זיך סוף אקטאבער.

די עמערגענסי נומערן אין רומעניע זענען וואו פאלגענד: פאליציי 055, אמבולאנס 061. (עס איז דא אין פלאן צו ענדערן די נומערן עס זאל ענדלען צו די עמערגענסי נומערן פון גאנץ אייראפע, אבער בעת'ן שרייבן די שורות איז דאס נאכנישט געענדערט געווארן).

די רומענישע חגאות זענען ווי פאלגנד: יאנואר 1-2, דעצעמבער 1, דעצעמבער 25-26.

  1. מוסטער:Cite report
  2. Criza ne strică vacanța (ארכיווירט 02.11.2012 ביי דער Wayback Machine), 9 July 2010, jurnalul.ro, דערגרייכט דעם 21סטן אויגוסט 2010
  3. Tan and fun at the Black Sea. UnseenRomania. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם ‏11טן אקטאבער 2007. דערגרייכט דעם {‏10טן יאנואר 2008.
  4. Castelul Bran, marcat de istorie, dar şi de legenda lui Dracula atrage anual sute de mii de turişti.