לדלג לתוכן

קאמוניזם

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון קאָמוניזם)
רעגירונג מעטאדן

אנארכיע
דיקטאטור
דעמאקראטיע
סאציאל דעמאקראטיע
מאנארכיע
מיליטערישער רעזשים
פאשיזם
קאמוניזם
קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע
רעפובליק
איסלאמישע רעפובליק

קאָמוניזם איז א טעאָריע און סיסטעם פון סאָציאַלער אוןפאליטיק|פּאָליטישער]] אָרגאַניזאַציע, וועלכע איז געווען א הויפּט–קראַפט אין דער וועלטלעכער פּאָליטיק דורכאויס רוב יאָרן פונעם 20טן יאָרהונדערט. אַלס אַ פּאָליטישע באַוועגונג האָט קאָמוניזם געזוכט אונטערצואוואַרפן קאַפּיטאַליזם דורך אַן אַרבעטער–רעוואָלוציע און אײַנשטעלן אַ סיסטעם אין וועלכער די שאַפונגס־מיטלען (ווי פאַבריקן) זאָלן געהערן צו דער גאַנצער באַפעלקערונג אַנשטאָט זײַן דער אייגנטום פון יחידים.

אין טעאָריע האָט קאָמוניזם געזוכט צו גרינדן א קלאַסלאָזיקע געזעלשאַפט פון צופרידנהייט און פרײַהייט, אין וועלכער אלע מענטשן געניסן זייער סאָציאלן און עקאָנאָמישן סטאטוס. אין פּראקטיק אָבער האָבן קאמוניסטישע רעזשימען אָנגענומען די פאָרעם פון אויטאָריטארער רעגירונג, וועלכע האָט זיך ווייניק געקימערט מיט דעם ארבעטער–קלאס און האבן גענומען זייער מאכט אלס א פריאריטעט.

דער קאנצעפט פון א געזעלשאפט מיט אייניגע אייגנשאפט פון פאַרמאָג און רייכקייט גייט צוריק הונדערטער יארן אבער איז ערשט אדאפטירט געווארן דורך די מאסן ווען אייראפע איז געבלאזן געווארן פון דעם סאציאליסטישן ווינט אינעם 19טן יאָרהונדערט. אין יענע צייטן איז אייראפע דורכגעגאנגען אן אינדוסטריאלע רעוואלוציע און סאציאלע טויש און די קריטיקירער האבן באשולדיגט קאפיטאליזם פאר'ן אנטוויקלען אן ארימע קלאס, פאבריקן ארבעטער וועלכע זענען געשטעלט געווארן אין שווערע פאזיציעס, און פארן אויסברייטערן די צווישנשייד פון די ארימע און רייכע.

די גרינדער פון מאדערנע קאמוניזם איז פראקלאמירט געווארן דורך א דייטשער פילאסאף קארל מארקס און זיין פריינט פרידריך ענגלס. ווי אנדערע סאציאליסטן, האבן זיי אויך געזוכט צו ברענגען אן ענדע צו קאפיטאליזם. אבער אנדערש ווי אנדערע וועלכע האבן געזוכט איינצושטעלן סאציאליסטישע סיסטעמען אינעם לאנגן טערמין אויף א פרידליכע וועג, האבן זיי געהאלטן אז דאס וועט נאר קענען פאסירן אויב עס וועט פאסירן אין א פלוצלינדיגער רעוואלוציע וואס וועט פארלאנגען א שטארקע קראפט און וועט מוזן גיין מיט געוואלד.

כדי צו פראמאטירן זייער געדאנק האבן זיי דאס גערופן וויסנשאפטלעכע סאציאליזם אדער קאמוניזם און די צוויי נעמען זענען פארבליבן אייניג באטראכט ביז'ן ענדע פונעם 19טן יארהונדערט. די צוויי האבן דערלעבט צו זען זייער געדאנק אין פראקטיק אין וועלכען אלע אינדוסטריעס און פראפערטי זענען געווארן אייניג פארוואלטעט אבער נאך אלץ איז פארבליבן א קלאס אפטיילנדיגע געזעלשאפט פון ארימע און רייכע. דער טערמין פון קאמוניזם האבן זיי רעזערווירט פאר דעם ענדגילטיגן שטאפל אין וועלכע קלאס אפטיילונג איז פארשוואונדן געווארן, מענטשן האבן געלעבט אין רואיגקייט, און דער פארלאנג פאר א רעגירונג איז מער נישט געווען א באדערפעניש.

דער טערמין קאמוניזם איז ערשט געווארן אפיציעל אין 1917 ווען וולאדימיר לענין און זיין באלשעוויק פארטיי האבן איבערגענומען די מאכט אין רוסלאנד און האבן נאמינירט זייער באוועגונג אלס די קאמוניסטישע פארטיי און האבן איינגעשטעלט אן איינצעלענע פארטיי רעזשים וועלכע האט געזאלט אומפלימענטירן די סאציאלע פאליסיס פון וועלכע קאמוניזם איז באשטאנען. לענין האט געגרינדעט דעם פארבאנד פון סאוועטישע סאציאליסטישע רעפובליקן, באקאנט אלס די פֿע-עס-עס-אר אדער סאוועטן־פאראיין. לענין'ס קאמוניסטישע באוועגונג האט געצילט צו אונטערווארפן קאפיטאליזם איבער גאנץ אייראפע און מאכן סאציאליזם די געזעלשאפט פון דעם צוקונפט.

לענינ'ס נאכפאלגער איז געווען יאזעף סטאלין וועלכער האט טראנספארמירט רוסלאנד צו א דיקטאטור פון קאמפלעט רעגירונג קאנטראל אויף דער עקאנאמיע און די אונטערדריקונג פון יעדע פארעם פון אפאזיציע.

אלס א רעזלוטאט פון לענין און סטאלינ'ס פאליסיס האט קאמוניזם אנגעהויבן פארלירן שטיצע אבער עס איז שוין געווען צו שפעט פאר די איינוואוינער פון דעם סאוועטן־פאראיין ווייל אויב איינער האט זיך געוואגט צו הייבן זיין קול אין אפאזיציע האט מען אים באלד אפגערוימט פון וועג.

ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן האט סטאלין געזען א געלעגנהייט צו פארשפרייטן קאמוניזם איבער אייראפע ווען אין דער זעלבער צייט האבן די אליאירטע געזוכט דאס צו שטערן. נאך דער מלחמה האבן די קאמוניסטישע פארטייען גענומען די מאכט אין כינע, מזרח אייראפע, און אנדערע ראיאנען אין אזיע און יענע תקופה איז שפעטער באצייכענט געווארן אלס דער אנהויב פונעם קאלטע קריג אין וועלכען די סאוועטן־פאראיין און די פאראייניגטע שטאטן און אירע אליאירטע לענדער האבן זיך פארמאסטן פאר פאליטישע און מיליטערישע מאכט. ביידע באוועגונגען האבן געווינען שטיצע לענגאויס דעם וועג און ביז די פריע 80ער יארן האבן מער ווי א דריטל באפעלקערונג פון דער וועלט געוואוינט אונטער קאמוניסטישער הערשאפט.

די קאמוניסטישע רעזשימען האבן זיך געטיילט מיט די הויפט יסודות פון די קאמוניסטישע פרינציפן וועלכע האבן אפגעווארפן די מעגליכקייט פון פריוואטע פראפערטי און קאפיטאליזם, די דאמינאציע פון עקאנאמישע אקטיוויטעטן, און אבסאלוט קאנטראל פון רעגירונג געפירט דורך איין פארטיי. די קאמוניסטישע רעגירונגען האבן איבערגענומען קאנטראל פון דער מידיא, פארבאטן רעליגיעזע באוועגונגען, און אפגעשטילט פאליטישע קעגנערשאפט.

קאמוניסטישע געזעלשאפטן זענען דורכגעגאנגען א דראמאטישע טויש און די שפעטע 80ער און פריע 90ער יארן ווען פאליטישע און עקאנאמישע פראבלעמען אין דעם סאוועטן־פאראיין און די באאיינפלוס פון קאפיטאליזם האט געברענגט דער צוזאמענפאל פון סאוועט רוסלאנד. מיט דעם איז די קאלטע קריג געווען פאראיבער און קאמוניזם האט פארלוירן איר דאמינענץ איבער די וועלט. די איינציגע לענדער וועלכע זענען פארבליבן קאמוניסטיש ביז'ן היינטיגן טאג זענען כינע, קובא, לאאס, צפון קארעע און וויעטנאם. אלע אנדערע קאמוניסטישע לענדער האבן אדאפטירט נייע פאליסיס אין וועלכע זיי האבן איינגעפירט דעמאקראטישע פרינציפן און אפערירן מיט מערערע פארטייען. אין די קומענדיגע חלקים וועלן מיר אריינקריכן טיף אין דער טעאריע פון קאמוניזם צוריק צו אירע פילאסאפישע ווארצלן און געבן צו פארשטיין וויאזוי דאס איז פראקטיצירט געווארן אין סאוועט רוסלאנד, כינע, און מזרח אייראפע. מיר וועלן אויך באטראכטן די איינפלוס פון די קאמוניסטישע פארטייען ארום דער וועלט און דער צוקונפט פון דער אידעלאגיע.

ערשטע פאָרעמען פון קאָמוניזם

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
קארל מארקס דער גרינדער פון מאדערנעם קאמוניזם

קאָמוניסטישע געדאַנקען גייען צוריק אסאך פריער ווי ארגינעל אנגענומען. טייל היסטאריקער זאגן אז אזוי ווייט צוריק ווי 2,500 יאר האט דער גריכישער פילאזאף פלאטאן געשריבן וועגן אדאפטירן א פאראייניגטע געזעלשאפט, וואס אין זיינע אויגן וואלט עס געברענגט שלום אויף דער וועלט. זיין געדאנק האט ער פארשריבן אין א בוך אין וועלכען ער לייגט אויס א פלאן אז די געזעלשאפט זאל דערוועלן די געלערנטע מענטשן וועלכע פירן די רעגירונג אז קיינער וועט נישט האבן אייגענע פארמעגן, און די ארבעט זאל איינגעטיילט ווערן לויט קאטעגאריעס און געהאלטן. אבער קיינער וועט נישט ארבעטן פאר זיך אליינס נאר ענדערש, פאר דער רעגירונג וואס מיינט, אין אנדערע ווערטער, פאר דער געזעלשאפט.

זיין געדאנק איז געגאנגען נאך פיל ווייטער אז מענטשן זאלן וואוינען אין באראקן און אויפציען קינדער אינאיינעם אנשטאט באזונדערע פאמיליעס. דער פילאזאף האט געגלייבט אז ווי מער מענטשן וועלן פראקטיצירן די פאראנטווארטליכקייטן פון לעבן, אלס בעסער וועט דאס זיין פאר שלום ווייל מען וועט נישט גלוסטן אזויפיל, און א טובה פאר איינעם וועט מיינען א טובה פאר יעדן.

איבער די קומענדיקע 2,000 יאר האבן נאך פילאסאפן געשריבן וועגן אזעלכע געדאנקען אבער קיינמאל האט דאס נישט געברענגט צו גארנישט. רוב פון די פילאזאפן האבן געשריבן אז דער געדאנק וועט זיין אן אלטערנאטיוו צו דער סיסטעם פון רעגירונג און קעניגרייך אין יענע צייטן וועלכע איז לויט זיי נישט געווען סיסטעמאטיזירט און יושרדיג.

די ערשטע טריט וואס מענטשן האבן גענומען אין א געוויסען פארעם פון קאמוניזם איז געווען די פראנצויזישע רעוואלוציע אין 789' אין וועלכע די רעוואלוציאנערן האבן אראפגעווארפן די מאנארכיע און גענומען די רעגירונג אין דער אייגענער האנט. די פראפאגאנדע אונטער דער רעוואלוציע איז געווען די אומ'יושר'דיקייט פון קעניגרייך און די אנפירער האבן צוגעזאגט אייניגע רעכט פאר יעדן און אייניגע אייגנשאפט פון פארמעגן און רייכקייט.

די רעוואלוציע איז דורכגעפאלן און די מאנארכיע איז צוריק איינגעשטעלט געווארן און די פירער פון דער קאמוניסטישער באוועגונג זענען אומגעברענגט געווארן. אבער קאמוניזם איז נישט געגאנגען שלאפן אין פראנקרייך און פאר די נעקסטע הונדערט יאר האבן מערערע גרופעס פרובירט אויפלעבן די באוועגונג אבער זענען אפגעשטילט געווארן דורך די קעניגרייך. א הויפט פיגור אין קאמוניזם איז געווען א פראנצויז מיט'ן נאמען לואיס בלענק וועלכער האט דאקומענטירט א גענויע פראפאזיציע ווי אזוי א קאמוניסטישע סיסטעם זאל ארבעטן, גייענדיג ביז'ן לעצטן דעטאל. זיין ארבעט איז שפעטער אדאפטירט געווארן דורך קארל מארקס וועלכער האט גענומען שריט, און אלעס וואס איז געווארן פון קאמוניזם איז צו זיין קרעדיט אדער שולד.

בלענק און א צווייטער פילאסאף, אוגוסטע בלאנקווי, האבן געהעצט די מאסן קעגן דעם פראנצויזישן קעניגרייך און האבן מאביליזירט א גרופע קאנספיראטירער וועלכע זענען געווען פאראנטווארטליך פאר דער צווייטער פראנצויזישער רעוואלוציע (1848) אין וועלכער די מאנארכיע איז נאכאמאל באזייטיגט געווארן און די רעוואלוציע האט זיך פארשפרייט צו מערערע ראיאנען אין אייראפע פון וועלכע רוב זענען דורכגעפאלן.

אויסער וואס די צוויי רעוואלוציאנערן זענען דירעקט פאראנטווארטליך פאר די צוקונפטיגע קאמוניזם האט היסטאריע זיי אויך געגעבן קרעדיט פאר'ן מאכן היסטאריע פון קעניגרייך וועלכע איז די אייציגסטע טובה וועלכע קאמוניזם האט געברענגט צו דער וועלט.

אויסער רעוואלוציאנערן זענען געווען אסאך אנדערע טעאריסטן און פילאסאפן וועלכע האבן קריטיקירט די רעוואלוציאנערן און האבן ענדערש געהאלטן פון א לאנג טערמינענדיגע איבערגאנג צו סאציאליזם. טייל פון זיי האבן געהאט אנדערע געדאנקען ווי די קאמוניסטן אבער די פרינציפן זענען שטענדיג געווען די זעלבע אז די אייגנשאפט פון פראפערטי און רייכקייט זאל ווערן צעטיילט מיט יושר און אזוי ארום וועט יעדער לעבן אין פרידן. טייל פון זיי האבן געהאלטן אז די מערסט געלערנטע מענטשן ווי וויסנשאפטלער, אינדזשענירן, און אינדוסטריאליסטן, זאלן פירן די רעגירונג. די טעאריע איז געווען אז אויב די מענטשן וועלן זיין פאראנטווארטליך פאר די וואוילזיין פון געזעלשאפט וועלן זיי אויסנוצן זייערע כשרונות צום מאקסימום.

עס איז אויך געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז קאמוניזם וועט נישט ארבעטן מיט אזויפיל מענטשן אינאיינעם ווייל מען וועט נישט קענען האלטן קיין קאנטראל. די טעאריסטן האבן פארגעשלאגן אז לענדער און שטעט זאלן צעטיילט ווערן צו גרויסע גרופעס אין וועלכע יעדע וועט האבן אן אייגענע רעגירונג און א סופרים רעגירונג וועט פארזיכערן אז אלעס קלאפט.

עס איז געווען אזעלכע וואס האבן געזוכט אנדערע אלטערנאטיוון צו קאפיטאליזם און טייל האבן דאס אפילו פראקטיצירט אונטער אייגענער פאראנטווארטליכקייט. באקאנט איז א פילאנטראפישער פראדוצירער פון בריטאניע מיט'ן נאמען ראבערט אווין וועלכער האט פארמאגט א באוול (קאטאן) מיל אין וועלכע עס האבן געארבעט הונדערטער מענטשן. אווין איז געווען ביי דער מיינונג אז עס איז נישט די רעגירונג וואס ברענגט קנאה און שנאה אין געזעלשאפט נאר ענדערש די מענטשן אליינס. ער האט געהאלטן אז אויב די וואוילזיין פון די ארבייטער וועט בעסער ווערן וועט זיין פרידן.

אווין האט דאס געוואלט אליינס פראקטיצירן און האט אויסגעגעבן זיין אייגן געלט צו בויען און פאררעכטן די הייזער פון זיינע ארבייטער, איבערגעארבעט זיין פעקטארי מיט נייע מאשינעריי צו געבן מער זיכערהייט און ריינקייט, פרייע שול פאר זייערע קינדער, און עטליכע נאן פראפיט געשעפטן זיי צו סערווירן מיט ביליגע פראדוקטן וועלכע זענען וויכטיג צום לעבן. אווין האט געהאלטן אז די אינטערעסע פון די ארבייטער צו די אינדוסטרי וועט זיי געבן קוראזש צו אינוועסטירן און קויפן קאמאדיטיס (סחורה) און ווען ביזנעס וועט פארברייטערט ווערן וועט אליינס געגרינדעט ווערן סאציאליסטישע געזעלשאפטן געבויט און געפיטערט אויף ביזנעס.

ער איז געגאנגען נאך ווייטער ווען אין 825' האט ער אימיגרירט קיין אמעריקע וואו לאנד איז געווען ביליג און געקויפט א קאלאניע אינעם היינטיגען שטאט אינדיאנא און דאס נאמינירט ניו הארמאני (נייע רואיגקייט און פרידן). אין זיין קאלאניע האט ער איינגעשטעלט זיין סאציאלע סיסטעם מיט טויזנטער מענטשן וועלכע האבן אינאיינעם געארבעט אין דער זעלבער אינדוסטריע און געלעבט מיט אייניגע רעכטן. ער איז אבער דורכגעפאלן און נאך דריי יאר איז די קאלאניע בטל געווארן.

דאס האט אים אבער נישט אפגעשטעלט פון גיין ווייטער און ביז דעם לעצטן טאג פון זיין לעבן האט ער ווייטער פראקטיצירט זיין געדאנק און אויך אנדערע האבן אים נאכגעטאן אין אמעריקע, בריטאניע, און אין פראנקרייך.

ווען מען קוקט צוריק אויף היסטאריע און מען באטראכט די מלחמות און עקאנאמישע פראבלעמען וואס אייראפע האט דורכגעמאכט אין דעם 18טן און 19טן יאָרהונדערט קען מען גרינג פארשטיין וויאזוי קאמוניזם האט געקענט געבוירן ווערן אינעם ערשטן פלאץ. מענטשן זענען געווען דערנידערט און דער צוקונפט איז געווען פארטונקעלט. קאפיטאליזם איז געווען צו די עקסטרעם און פאר וועמען עס איז נישט געלונגען צו נעמען א שריט איז געבליבן פארארעמט און דערנידערט.

די וועלט איז דורכגעגאנגען איר גרעסטע טויש אין טויזנטער יארן מיט די אינדוסטריאלע רעוואלוציע און עס איז אויך געווען צייט צו מאכן א טויש אין רעגירונג סיסטעם. מען האט געהאט פארשידענע געדאנקען און עס האט געקאסט אסאך מוט, צייט, און בלוט ביז אויך דאס איז צושטאנד געקומען. אט דאס איז די היסטאריע פון קאמוניזם און טראץ איר דורכפאל וועט אסאך בלייבן צו פארדאנקן פאר אירע גרינדער און קעמפער.

די געדאַנקען פון מאַרקס און ענגעלס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס זענען געווען די צוויי מענטשן, קארל מארקס און פרידריך ענגעלס, וועלכע האבן אויסגעלייגט די יסודות אויף וועלכע קאמוניזם איז געבויט געווארן אינעם 21סטן יארהונדערט. ביידע זענען געווען געלערנטע דייטשן (מארקס א איד) און האבן געארבעט אלס דזשורנאליסטן און פאליטישע אקטיוויסטן. די צוויי זענען ארומגעגאנגען אין די גרויסע אייראפעאישע שטעט צו פארשפרייטן זייערע קאמוניסטישע געדאנקען און האבן געגרינדעט א קליקע פון נאכפאלגער.

אין 1848 האט די קליקע פובליצירט א מאניפעסטא אין וועלכע די צוויי האבן אפגעווארפן אלע רעפארם פלענער און געגעבן צו עקלערן מיט וויסנשאפטלעכע חשבונות פארוואס קאמוניזם וועט זיין אן עקאנאמיע וואס וועט ארבעטן. צווישן זייערע ווערטער איז באקאנט וואס זיי האבן פאראויס געשריבן אז קאמוניזם איז א קראפט פאר זיך אליינס צו וועלכע א רעגירונג קען זיך נישט קעגנשטעלן אויב די איינוואוינער ווילן דאס.

מיט טיפזיניגע ווערטער האבן די צוויי געגעבן צו עקלערן אז די איינציגסטע שוועריקייט צו דאס לעבן אין דער געזעלשאפט איז דער פאקט אז עס איז פאראן אזא זאך ווי א קלאס. לויט זיי איז א קלאס אפגעטייטש געווארן אלס א גרופע פון מענטשן אינערהאלב א געזעלשאפט וואס טיילן די זעלבע סאציאלע און עקאנאמישע סטאטוס. קלאס געפעכטן זענען פארגעקומען אין אלע פריערדיגע געזעלשאפטן אין היסטאריע, און אין יעדען פאל איז עס געווען א קליינע גרופע מענטשן וואס האבן קאנטראלירט די פראדוקציע פון דער געזעלשאפט, ווי לאנד, מאטריאלן, געצייג און מאשינעריי, ארבעט, און געלט. דאס איבעריגע פון פאלק האט געהאט זייער ווייניג און די איינציגסטע קראפט זייערע איז געווען די קראפט פון גיין ארבעטן. אבער וויבאלד די רעגירונג האט אויסגענוצט צופיל פון די פרוכט וואס די ארבייטער האבן ארויסגעגעבן האט דאס געמאכט דעם ארבייטער פארלירן זיין חשק צו ארבעטן און פראדוקציע איז דערפאר שטענדיג פארמינערט געווארן.

זיי האבן ערקלערט אז עס איז פאראן א קלאס קאמף צווישן וואס זיי האבן גערופן די בוארגעאואיסטן (קאפיטאליסטן וואס קאנטראלירן די פראדוקציע) און פראלעטאריאטן (די אינדוסטריאלע ארבייטער). אין געזעלשאפט זענען די בוארגעאואיסטן די וואס פארדינען און ווערן רייך פון די פראלעטאריאטן דורך זיי געבן ווייניג געהאלט און האלטן די פראפיטן פון פארקויפן און טעכנאלאגישע אינאוואציעס צו זיך אליינס. זיי האבן באטראכט די נייע מערב וועלט אלס א קאפיטאליסטישע סיסטעם פון ערגסטן סארט אין וועלכע די פראלעטאריאטן וועלן ביי א געוויסן פונקט נוצן סטרייקס, וואלן, און געוואלדטאטן צו אונטערווארפן די בוארגעאואיסטן און עווענטועל ווערן זייערע באלעבאטים און דערנאך וועט זיך דאס צוריק דרייען פארקערט נאכאמאל און נאכאמאל.

אנשטאט האבן זיי פארגעשלאגן א געזעלשאפט אין וועלכע די רעגירונג זאל נישט זיין א הויפט אינסטרומענט. די ארבעט קלאס, וועלכע איז די מאיאריטעט, וועט זיך צוזאמעננעמען און אראפווארפן קאפיטאליזם פון זיך און מיט געוואלד איינשטעלן א צייטווייליגע רעגירונג וועלכע וועט צווינגען יעדן צו אדאפטירן דעם נייעם סיסטעם אין וועלכע יעדער וועט האבן די אייגנשאפט פון פראפערטי אינאיינעם און יעדער מענטש וועט נוצן זיין ארבעט'ס קראפט, וויסנשאפט, אדער אינאוואציע צו געבן פאר דער געזעלשאפט פון וועלכער יעדער און אויך ער אליינס וועט הנאה האבן.

לויט זיי האט קאמוניזם געמיינט אז עס זאל עלימינירט ווערן אזא זאך ווי אן ארבייטער און א באלעבאס ווען יעדער וועט זיין אן ארבייטער און א באלעבאס אינאיינעם און העלפן געבן עפעס צו דער געזעלשאפט. קיינער וועט מער נישט זיין א באשטימטער ארבייטער צו איין זאך און מען וועט קענען טאן עפעס אנדערש דעם אנדערן טאג. מארקס האט מיט זיינע ווערטער פארגעשטעלט: "איך וועלן פאנגען אינדערפרי און כאפן פיש נאכמיטאג אבער איך וועל נאך אלץ נישט ווערן א פאנגער אדער פיש כאפער ווייל אויב וויל איך אנדערש וועל איך אזוי טאן. אלע ארבעט צו דער עקאנאמיע וועט זיין וואלונטירנדיגע אקטיוויטעטן וואס יעדער וועט וועלן טאן ווייל מיט דעם וועט ער העלפן זיך אליינס".

זיינע ווערטער זענען ווארים אויפגעכאפט געווארן פון א געפלאגטער געזעלשאפט וועלכע האבן שווער געארבעט און פארדינט ווייניג און האבן אלע ווי איינער געוואלט א טויש. פון זיין קליקע איז געווארן מערערע קליקעס אין ביז דער ענדע פון דעם 19טן יאָרהונדערט איז געווארן דערפון א שטארקע באוועגונג איבער גאנץ אייראפע וועלכע האט זיך גערופן די אינטערנאציאנאלע ארבעטסמענער אסאסיאציע און איז געווען הויפטקווארטירט אין פאריז, פראנקרייך. אין 912' איז א צווייטע באוועגונג געגרינדעט געווארן אין אמעריקע וועלכע האט רעפרעזענטירט די זעלבע קאנצעפט פאר די אמעריקאנער, קאנאדער, און יאפאנעזער. די צוויי גרופעס אינאיינעם האבן פארמאגט איבער 9 מיליאן מיטגלידער וועלכע זענען געווען גרייט אויסצופאלגן סיי וועלכען באפעל די גרינדער און פירער וועלן געבן אנצוהייבן דעם טויש.

אבער די מיטגלידער פון די אזויגערופענע מארקס באוועגונג זענען געווען צעטיילט וויאזוי דער טויש זאל צוגיין. עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז דאס דארף קומען מיט א מיליטערישער רעוואלוציע וועלכע זאל אראפווארפן די קאפיטאליסטישע רעגירונג און אומברענגען די וואס שטעלן זיך אנטקעגן. אנדערע האבן דאס אפגעווארפן און געהאלטן אז דאס זאל ענדערש אויסגעארבעט ווערן מיט די קאפיטאליסטישע פירער אין פרידן ווייל מיט אזא מאיאריטעט וועלן זיי סייווי מוזן נאכגעבן. עס זענען אויך געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן מען זאל דערווייל נישט מאכן א דראסטישען טויש נאר ענדערש אדאפטירן סאציאליסטישע פראגראמען אינערהאלב די קאפיטאליסטישע רעגירונגען וואס וועט עווענטועל פירן צו דעם ענדגילטיגן קאמוניסטישן סיסטעם.

דאס ערשטע לאנד וואו קאמוניזם האט געכאפט איז געווען רוסלאנד, א ריזיג ארים לאנד וועלכע איז געווען אין די ערשטע פאזעס פון אדאפטירן די אינדוסטריאלע ארבעט'ס סיסטעם. די קאמוניסטישע נאכפאלגער האבן געפינען פאר וויכטיג דאס אפצוהאלטן באצייטענס און איינשטעלן קאמוניזם אלס א ביישפיל צו אנדערע אייראפעאישע לענדער. זעט אויך: מארקסיזם.

קאָמוניזם אין רוסלאַנד

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די קאמוניסטן נעמען איבער רוסלאנד

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מארק און ענגעלס האבן געוואלט אז קאמוניזם זאל ערשט אריינקומען אין א מאדערן אנטוויקעלט לאנד ווי דייטשלאנד, פראנקרייך, בריטאניע, אדער אמעריקע וואו דער אור אלטער פודאליזם איז שוין לאנג געווען א פארגאנגענהייט און די אינדוסטריאלע רעוואלוציע איז שוין געווען א טייל פון געזעלשאפט. רוסלאנד איז נאך געווען פרימיטיוו מיט א שוואכערעקאנאמיע און אן אימפעריאלע פאליטישע סיסטעם וועלכע איז געפירט געווארן דורך א צאר (מאנארכיע) און זיין הויף און האט אונטערדרוקט די עטנישע איינוואוינער מיט הויכע שטייערן.

קאפיטאליזם איז דארט געווען אין אירע ערשטע שטאפלן אבער האט זייער שנעל אויפגעכאפט נאכפאלגנדיג אנדערע אייראפעאישע לענדער. אבער אין דער זעלבער צייט האט די קאמוניסטישע באוועגונג אויך באקומען אסאך נאכפאלגער און מען האט געשפירט אז א רעוואלוציע הענגט אין דער לופטן. די פראגע איז נאר געווען צי קאפיטאליזם וועט איבערנעמען אדער קאמוניזם.

די ערשטע שריט איז נאך צושטאנד געקומען אין 1890 ווען א טייל פון דער באוועגונג האט נאכגעפאלגט א טעראריסט מיט'ן נאמען געארגי פלעקהאנאוו און האבן זיך ארויסגעצויגן פון דער רוסישער אימפעריע און אנגעהויבן לעבן אויף די פרינציפן פון דעם קאמוניסטישן סיסטעם וועלכע איז פארגעשריבן געווארן דורך מארקס און ענגעל.

אין 1898 איז געגרינדעט געווארן א צווייטע באוועגונג וועלכע האט זיך גערופן די רוסישע סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי וועלכע האט זיך אנגעשלאסן אין דער אינטערמאציאנאלער קאמוניסטישער באוועגונג. עטלעכע יאר דערויף האט וולאדימיר לענין, א וויכטיגע פיגור פון דער קראמוניסטישער באוועגונג, געשריבן זיין בוך וועלכע ער האט גערופן וואס עס ברויך געטאן ווערן. לענין איז געווען א געריבענער רוס וועלכער האט אויסגעארבעט א פלאן ווי אזוי די קאמוניסטן וועלן איבערנעמען די רעגירונג און דערנאך וויאזוי קאמוניזם וועט איינגעשטעלט ווערן. ער האט אויסגעארבעט א פריינשאפט מיט פלעקהאנאוו און באקומען זיין שטיצע.

אבער עס איז נישט געווען דווקא זיינע פארשריבענע פלענער וואס האט געברענגט קאמוניזם ווי דער מזל וואס האט זיך צוגעשפילט דערצו. דער דעמאלטדיגער און לעצטער צאר, ניקאליי דער צווייטער, האט געהאט אסאך שוועריקייטן צו האלטן זיין רעגירונג און ווען די ערשטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן און רוסלאנד איז געגאנגען א גאנג האט ער זיך אפגעזאגט פון דער רעגירונג וועלכע איז זאפארט צוזאמענגעפאלן און איז צייטווייליג אנגעהאלטן געווארן דורך א פאראייניגטען נאציאנאלען פארלאמענט וועלכער האט אינגאנצן אנגעהאלטן 8 מאנאטן.

די צייטווייליגע רעגירונג האט שוין אויך פארמאגט א גרויסע טייל קאמוניסטן דערין און דאס האט געגעבן א גרינגע האנט פאר לענין אין זיין רעוואלוציאנערער באלשעוויק ארמיי צו פארכאפן די מאכט פון דער רעגירונג אין 1917 מיט א קאמף וועלכער האט כמעט נישט פארגאסן קיין בלוט.

לענין'ס נייע רעגירונג האט זיך באלד ארויסגעצויגן פון די וועלט קריג דורך פארהאנדלען מיט דייטשלאנד וועלכע האט איר געקאסט אסאך לאנד. אבער לענין האט נישט יעצט אינטרעסירט לאנד נאר סטאביליטעט און האט זיך זאפארט גענומען בויען זיין רעגירונג וועלכע איז באקאנט געווארן אלס דער פארבאנד פון סאוועטישע סאציאליסטישע רעפובליקן.

די נייע רעגירונג האט באלד געגעבן די קאנטראל פון פירמעס צו די ארבייטער, אייניגע רעכט צו מענער און פרויען, די פונאנדערטיילונג צווישן רעליגיע און שטאאט, און אנגעהויבן ארבעטען אויף פראגראמען וועלכע האט געמוטיגט נאטור-פארשונג-וויסנשאפט, ליטעראטור, און קונסט. א פלאן איז אויסגעלייגט געווארן פאר א פרייע העלט קעיר סיסטעם, א פרייע ערציאונג סיסטעם, פענסיעס צו אלע ארבייטער, און וואוינונגען פראגראמען, פאר יעדן אייניג. די רעגירונג איז באטראכט געווארן אלס די רעגירונג צו די מענטשן אין ורועלכער קיין איינער, אפילו נישט לענין, האט באקומען באצאלט מער וויפיל א געלערנטער ארבייטער באקומט אין ביזנעס.

אבער די קאמוניסטישע רעגירונג איז נישט געגאנגען געשמירט אין די ערשטע יארן. רוסלאנד איז געווען אן ארים לאנד און סיי לענין און אויך מארקס און ענגעלס האבן געהאלטן אז זי וועט נאר קענען מצליח זיין אויב אויך אנדערע אייראפעאישע לענדער וועלן גיין צו קאמוניזם. דאס האט אבער נישט פאסירט הארט נאך דער מלחמה ווען פינלאנד, דייטשלאנד, אונגארן און נאך לענדער האבן געצויגן לינקס. לענין האט שווער געארבעט צו באקומען נאך לענדער און נאר די רוסיש טעריטאריע ארומגענומענע מאנגאליע איז אים געלונגען צו באקומען. אויך פון אינעווייניג האט לענין געהאט אסאך שוועריקייטן ווען א רייע לינקע גרופעס האבן פרובירט זיך קעגנשטעלן די רעגירונג. לענין האט אויסגעליידיגט די רעגירונג פון יעדן פארדעכטיגטן און האט געארדענט זיין רויטע ארמיי צו באקעמפן די קאנטער-רעוואלוציאנערן. ביז 1921 איז רוסלאנד געווען אין א פולשטענדיגע ציווילע קריג צווישן די רויטע (קאמוניסטן) און ווייסע (אנטי-קאמוניסטן). לענין'ס רעגירונג האט אין יענע יארן אויפגעשטעלט א געהיימע פאליציי קראפט וועלכע האבן טעראריזירט, ארעסטירט, און אומגעברענגט צענדליגער טויזנטער אפאנענטן.

דורכאויס די קריג האט די קאמוניסטישע רעגירונג ווייטער אנגעהאלטן איר איבערגאנג פון קאפיטאליזם צו קאמוניזם אויף א ברייטן פארנעם. די רעגירונג האט נאציאנאליזירט אלע בענק, אינשורענס פירמעס (פארזיכערונג פירמעס), באן-רעלסן, און גרויסע פעקטאריס (פאבריקן). אלע פריוואטע קאמערץ איז פארבאטן געווארן און אלע תבואה פון די פארווייטערטע געגענטער איז צוזאמענגעקליבן געווארן צו שפייזן דאס פאלק.

דער עקאנאמישער מצב איז נאר ערגער געווארן מיט יעדען פארבייגייענדיגען מאנאט ווען אינפלאציע איז דראסטיש געשטיגן, פראדוקציע איז פארמינערט געווארן, און מיליאנען שטאטישע איינוואוינער זענען געגאנגען ארבעטן אויף די פעלדער צו קענען בלייבן ביים לעבן. אין דער זעלבער צייט האבן בריטאניע, די פאראייניגטע שטאטן, איטאליע, דייטשלאנד, און נאך קאפיטאליסטישע לענדער געשיקט הילף צו די אנטי-קאמוניסטן קעמפער און האבן געלייגט עקאנאמישע סאנקציעס איבער רוסלאנד. דאס האט נאכמער פארערגערט דעם מצב און מיט פארמערטע ארימקייט האט אויסגעבראכן פארשיידענע קראנקהייטן און מענטשן זענען געשטארבן אין די מאסן. א געשאצטע 7 ביז 8 מיליאן מענטשן האבן פארלוירן זייערע לעבנ'ס אין די צוויליע קריג פון וועלכע איבער 5 מיליאן זענען געווען ציווילע מענטשן.

די קאמוניסטן האבן שטארק געוואונען אבער דאס איז געקומען מיט א פרייז. דער עקאנאמישער מצב איז געווען א קאמפלעט קאטאסטראפע און די רעגירונג איז געווען געצוואונגען נאכצולאזן פארשיידענע קאמוניסטישע פאליסיס צו העלפן צוריק אויפבויען דאס לאנד. די רעגירונג האט אויפגענומען נייע סטראטעגיסטן און פראפעסארן און ביוראקראטיע איז צוריק איינגעשטעלט געווארן. די רעגירונג האט ווייטער אנגעהאלטן פינאנץ, טראנספארטאציע, שווערע אינדוסטרי, און אויסערן האנדל אבער האט צוריק פריוואטיזירט אסאך אנדערע ביזנעסער און האט געלאזט מענטשן מאכן דאמעסטישע ביזנעס. דער ערהוילונג'ס פלאן האט געארבעט און ביז עטלעכע יאר האט דאס לאנד אפגעאטעמט פון דעם גרעסטן טייל פון די קאטאסטראפע.

אין מאי 1922 האט לענין געליטן פון א סטראוק און איז געווען געצוואונגען אויפצוגעבן זיין פאזיציע. יאזעף סטאלין, א געטרייער קאמוניסטישער שטיצער וועלכער האט אנגעהאלטן פארשיידענע רעגירונג'ס פאזיציעס, איז אריינגעשטעלט געווארן אלס ?דעפיוטי? צו איבערנעמען די לייצעס. סטאלין האט באלד איבערגענומען די רעגירונג מיט א שטארקייט און נאך יענעם דעצעמבער האט די רעגירונג פארברייטערט די קאמוניסטישע סיסטעם צו א סאך הכל פון 15 רעפובליקס אין און ארום רוסלאנד וועלכע איז יעצט געווארן א נייע פעדעראציע באקאנט אלס דער פארבאנד פון סאוועטישע סאציאליסטישע רעפובליקן אדער פֿסס"ר. די גרויסע רעפובליקן צווישן זיי איז געווען אוקריינע, בעלארוסיע (היינט בעלארוס), און טראנסקאווקאז (היינט דזשארדזשיע, ארמעניע, און אזערביידזשאן).

רוסלאנד אונטער סטאלין

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סטאלין איז געווען א שטארקער פירער פון די ערשטע מינוט וואס ער האט אריינגעטרעטן אין אפיס און זיינע ארומיגע האבן געציטערט פון אים. סטאלין האט פארשפראכן צו מאכן קאמוניזם א סוקסעס נאכדעם וואס די רוסישע עקאנאמיע איז שוין געווען צוריק צו סטאביליטעט נאכפאלגנדיג די ציווילע קריג.

סטאלין האט געברענגט א מעסעדזש מיט זיך וועלכע איז געווען אין קאנטראסט צו דעם ארגינעלן קאמוניזם קאנצעפט וואס קארל מארקס האט פארגעשריבן. לויט מארקס וואלט רוסלאנד אליינס נישט געקענט מצליח זיין אלס א קאמוניסטישע שטאאט נאר אויב די רייכע און מאכטפולע לענדער, ווי פראנקרייך, דייטשלאנד, און בריטען וועלן אויך ווערן קאמוניסטיש. סטאלין האט אדאפטירט אן איין לאנד סאציאליזם און געזאגט אז די יו-עס-עס-אר איז נישט אנגעהאנגען אויף אנדערע לענדער און וועט נישט פארברענגען צייט דערויף נאר ליבערשט ארבעטן אויף א מאדעל סיסטעם וועלכע אנדערע לענדער וועלן נאכפאלגן.

די רעגירונג אונטער סטאלין האט באלד אנגעהויבן בויען הונדערטער פעקטאריס וועלכע האבן פראדוצירט מאשינערי געצייג, אויטאמאבילן, מאטארן, עירקרעפט, דזשענערעיטארס, כעמיקאלן, אייזן, קוילן, און אויל. אבער סטאלינ'ס צוגאנג צו קאמוניזם איז געווען אנדערש ווי לענין וועלכער האט זיך באטראכט אלס א מעסיגער. סטאלין האט גענוצט די פולע מאט פון די רעגירונג פאר דעם קאמוניזם איבערטויש און האט געארדענט די ארעסטן פון צענדליגער טויזנטער וועלכע האבן געהאט אנדערע מיינונגען. די ארבעט איז געטאן געווארן דורך א פריש געגרינדעטע פאליציי כוח וועלכע האט זיך גערופן די עם-קעי-ווי-די. די ארעסטירטע זענען געפייניגט געווארן און הינריכטעט געווארן אין פובליק אן באקומען א געהעריגע משפט און אסאך אנדערע זענען פארשיקט געווארן צו ארבעט'ס לאגערן אין סיביר.

עס ווערט געשאצט אז איבער 10 מיליאן מענטשן זענען ארעסטירט און פאראורטיילט געווארן צו פארשידענע שטראפן דורכאויס די סטאלין הערשאפט נאר צוליב זייער קעגנערשאפט צו קאמוניזם. די ספעציעלע פאליציי כוח האט דירעקט געצילט געלערנטע מענטשן (וויסנשאפטלער, קינסטלער, שרייבער, און שפילער) וועלכע האבן געהאט איינפלוס וואס האט געקענט זיין א שטער צו קאמוניזם.

ווי געזאגט האט סטאלין נישט געשטרעבט פאר א קאמוניסטשע אויסערן פאליסי נאר האט זיך פארנומען מיטן שטארקן דעם סאוועטן־פארבאנדס גרעניצן צו פארזיכערן רוסלאנד פון צוקונפטע מלחמות איבער קאמוניזם. אבער סטאלין האט קיינמאל נישט אפגעווארפן געלעגנהייטן פון וועלכע דער סאוועטן־פארבאנד האט געקענט פארדינען. דער פאליסי האט געברענגט די דייטשע-סאוועט "נישט־אגרעסיע פאקט" אין וועלכע די צוויי לענדער האבן געשוואוירן פריינטשאפט אריינגייענדיג אין דער צווייטער וועלט קריג. דער פאקט איז פארשטייט זיך איבערגעריסן געווארן אין 1941 ווען נאצי דייטשלאנד האט אינוואדירט רוסלאנד און עס אריינגעשלעפט אין דער צווייטער וועלט קריג וועלכע האט געפירט רוסלאנד זיך אנצושליסן מיט די אליאירטע לענדער וועלכע האבן אינאיינעם עווענטועל באזיגט נאצי דייטשלאנד.

די צווייטע וועלט קריג האט געקאסט רוסלאנד זייער א טייערע פרייז ווען א געשאצטע 30 מיליאן מענטשן האבן פארלוירן זייערע לעבנ'ס און א גרויס חלק אינפראסטרוקטור איז פארניכטעט געווארן אינאיינעם מיט היסטארישע געביידעס וועלכע די רוסישע פאלק האט געשעצט. סטאלין איז געווען א קאלטע בריאה אבער אויך אים האט די מלחמה בארירט און ער האט אסאך געטוישט זיין פאליסי לגבי רוסלאנד'ס היסטאריע און אסאך גרופעס, אריינגערעכנט אידישע, וועלכע זענען ליקווידירט געווארן בעפאר די קריג, האבן אצינד באקומען איינזעעניש, אין די נאך-מלחמה סטאלין רעגירונג.

נאך סטאלין: כרושטשעוו און ברעזשנעוו

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סטאלינס טויט אין 1953 האָט געברענגט א שווערע קאנטעסט צווישן די רוסישע פירער און דער געווינער איז געווען ניקיטע כרושטשעוו וועלכער איז געווען הויפט פון דער קאמוניסטישער פארטיי אין מאסקווע און אין אוקריינע. עס האט אים געדויערט 4 יאר ווילאנג ער האט גענצליך איבערגענומען די מאכט און א יאר דערויף איז ער אויך געווארן פרעמיער מיניסטער פון סאוועטן־רוסלאנד.

כרושטשעוו איז אין פאקט געווען א געטרייער לוטענענט פון סטאלין אבער איינמאל ער האט איבערגענומען די פירערשאפט האט ער ברייט אראפגעריסן סטאלין'ס דיקטאטורישאפט ווועלכע איז באקאנט געווארן אלס די דע-סטאליניזאציע תקופה. הונדערטער טויזנטער ארעסטאנטן זענען ארויסגעלאזט געווארן פון טורמע און מיליאנען אנדערע האבן באקומען לייכטערע שטראפן ווי ארגינעל פאראורטיילט. כרושטשעוו האט קלאר געמאכט אז דער סאוועטן־פארבאנד איז א שטאאט פאר יעדן און מער נישט קיין דיקטאטורישאפט.

אבער די די-סטאליניזאציע האט אינגאנצן נישט געמיינט א די-קאמוניזימאציע אין כרושטשעוו'ס אויגן. זיין רעגירונג האט גענוצט די אנטי סטאלין באוועגונג אלס א ציל צו הייבן די גייסט פון קאמוניזם און דאס האט זייער גוט געארבעט ווען דאס פאלק האט מיטגעשפילט און זיך פרובירט פארגלייכן מיט די ערייכונגען פון אמעריקע. רוסישע אנאליסטן האבן פאראויס געזאגט אז רוסלאנד וועט זיין אייניג ווי די אמעריקאנער לעבנ'ס סטיל ביז די 80'גער יארן און דאס האט געשטופט יונגע רוסישע סטודענטן צו פילע ערייכונגען אין טעכנאלאגיע אין וויסנשאפט, אריינגערעכנט די ספעיס פראגראם אין וועלכע רוסלאנד איז געווען מער פארגעשריטן ווי אמעריקע אין די ערשטע יארן.

כרושטשעוו האט טאקע דעליווערט וואס ער האט צוגעזאגט, אבער זיין רעגירונג איז געווען די וואס האבן געצאלט דעם פרייז. כרושטשעוו איז באקאנט געווען מיט זיינע טיפע רעגירונג אויפשאקלונגען וועלכע ער האט עטליכע מאל אויפגעלעזט און ארומגעביטן, ביז ער איז געבליבן דער איינציגסטער קאבינעט באאמטער וואס איז פארבליבן מיט זיין ארגינעלע פאסטן זינט ער איז געווארן פארטיי סעקרעטאר. דאס האט געפירט ליאניד ברעזשנעוו צו ברענגען קאנספיראציע'ס איבער די רעגירונג און צעביסלעך האט ער איבערגעצייגט די קאמוניסטישע פארטיי פירער צו באזייטיגן כרושטשעוו און ער האט איבערגענומען זיין ארט. דאס איז געווען אין 964' ווען כרושטשעוו איז געצוואונגען געווארן צו רעזיגנירן, און ברעזשנעוו אינאיינעם מיט א געלערנטער עקאנאמישע אדמיניסטראטער האבן איבערגענומען די לייצעס פון דער רעגירונג וועלכע איז געשטאנען אין אירע בעסטע יארן זינט די צווייטע וועלט קריג.

מיט דער אריינטרעטונג פון ברעזשנעוו האט זיך געענדיגט די די-סטאליניזאציע תקופה און די רעגירונג האט ווידער אנגעהויבן ארעסטירן טויזנטער און פארבאטן אנצוגיין מיט אנטי סטאלין באוועגונגען. די קאמוניסטישע פאליציי איז געווארן די וועלט באוואוסטע קעי-דזשי-בי וועלכע האט זיך אפגעגעבן מיט'ן פארשן און פייניגן די אנטי קאמוניסטן און רעגירונג שפעקולירער. אסאך אנגעזעענע שרייבער און פארטיי פירער זענען פארטריבן געווארן פון לאנד אדער אריינגעשליידערט געווארן אין טורמע.

דאס געלט וואס רוסלאנד האט פארמאגט איז פארנוצט געווארן פאר מיליטערישע עריייכונגען ווען די קאלטע קריג איז שוין געווען אין פולן שוואונג. דאס האט אריינגעפירט רוסלאנד'ס עקאנאמיע אין טיפן אפגרונד און די רעזולטאט איז געווען, דער עווענטועלער צוזאמענפאל פון די סאוויט יוניאן . דער סאוועטן־פארבאנד האט פשוט נישט געקענט קאנקורירן מיט די פאראייניגטע שטאטן וועלכע האט גענאסן פון א געזונטע עקאנאמיע ווען אין דער זעלבער צייט זענען די רוסישע געגאנגען הונגעריג. די שטיצע פאר קאמוניזם האט אנגעהויבן פארלירן איר מאמענטום און דערצו איז ברעזשנעוו קראנק געווארן און די רעגירונג האט פארפעלט צו ראטעווען דעם מצב.

גאָרבאטשאָווס רעפאארמען און דער סאוועטן צוזאמענפאל

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
גורבאטשאוו (ל) באשולדיגט יעלצין (ר) פאר אונטערווארפן זיין רעגירונג

ברעזשנעוו איז געשטארבן אין 1982 און צוויי פון זיינע נאנטע געהילפן האבן איבערגענומען די רעגירונג פאר די נעקסטע עטליכע יאר. איינער פון די צוויי איז געשטארבן אין 85' און די קאמוניסטישע פארטיי האט ערוועלט מיכאיל גורבאטשאוו אלס גענעראל סעקרעטאר פון דער פארטיי. גורבאטשאוו איז געווען אן אדוואקאט וועלכער האט זיך ארויפגעארבעט אינערהאלב דער קאמוניסטישער פארטיי אלס א יונגער (ער איז געווען 54 יאר אלט) ענערגישער פירער. זיין אנהויב איז געווען שוואך אבער מיט דער צייט האט ער זיך ארויסגעשטעלט אלס דער גרעסטער רעפארמירער אין סאוועטן־רוסלאנד און, אין קאנטראסט צו זיין כוונה, דער ארכיטעקט פון איר פארניכטונג.

גורבאטשאוו'ס כוונה איז געווען. ברענגען דיסציפלין און מאדערניזירן דעם קאמוניסטישן סיסטעם. ער האט גענוצט פאליסיס וועלכע לענין האט ארגינעל פארגעלייגט און זענען אבער קיינמאל נישט איינגעשטעלט געווארן. דאס האט אריינגערעכנט א רעגירונג טיילווייזע באזייטיגונג פון אויסער'ן האנדל און אינוועסטמענט און האט אויך רעדוצירט די צענטראלע קאנטראל איבער די רעגירונג קאנטראלירטע פירמעס.

אויסער זיינע רעפארמען איבער די קאמוניסטישע ווארצלן האט גורבאטשאוו אויך געברענגט א רייע פאליטישע און סאציאלע רעפארמען וועלכע האט רעדוצירט די צענזור פון די מעדיע און געלאזט פארשידענע ארגאניזאציעס זיך פארמירן צו ברענגען סאציאלע דינסט צום פאלק. איבער אלעם האט ער רעפארמירט די עלעקטאראלע סיסטעם ווען ער האט פארגעלייגט א מולטי-קאנדידאט עלעקציע סיסטעם צום ערשטן מאל זינט 1920. דאס האט געפירט צו די גרינדונג פון פארשידענע נישט קאמוניסטישע פארטייען וועלכע האבן פארגעלייגט זייערע קאנדידאטן צו די 1990 וואלן.

די נייע פארטייען האבן באלד אנגעהויבן פארלאנגען א טראנספער פון מאכט פון דער צענטראלער רעגירונג צו די לאקאלע רעגירונגען. נייע באוועגונגען האבן אנגעהויבן פארלאנגען מערב סטיל געזעלשאפט און קיינער איז נישט אפגעשטילט געווארן פון הייבן זיין קול. אין דער זעלבער צייט האבן גורבאטשאוו'ס עקאנאמישע פאליסיס נישט געארבעט און דאס האט געפירט צו גרויסע אנטי-קאמוניסטישע באוועגונגען, ספעציעל אין די סאוועטן געצווינגענע טעריטאריעס ווי עסטלאנד, לעטלאנד, און ליטע.

די פלוצלינגע צעמישעניש האט געפירט א גרופע הארטנעקיגע קאמוניסטישע פארטיי פירער אינאיינעם מיט די מיליטער און קא־גע־בע צו א געפלאנטע אקציע אין וועלכע זיי האבן געזאלט באזייטיגן די אויטאריטעט פון גורבאטשאוו און צוריק אריינשטעלן קאמוניזם אין אירע רעלסן. אבער דאס האט געפירט צו דעם מכה בפטיש ווען עס איז דורכגעפאלן ביז צוויי טעג צוליב די שווערע דעמאנסטראציע פון די נייע רוסישע רעפובליק פארטיי אונטער די פירערשאפט פון באריס יעלצין וועלכע האבן פארנומען די גאסן פון מאסקווע און געשטערט דעם פלאן.

גורבאטשאוו האט פארלוירן אויטאריטעט און האט באלד רעזיגנירט אלס סעקרעטאר פון דער קאמוניסטישער פארטיי. ביז עטליכע טעג איז די קאמוניסטישע פארטיי צוזאמענגעפאלן און אלע סאוועטישע רעפובליקס (אוקריינע בולארעס, און רוסלאנד זעלבסט) האבן געמאלדן זייער זעלבשטענדיקייט פון סאוועטישן רוסלאנד.

אום דעם 25סטן דעצעמבער 1991 האט גורבאטשאוו רעזיגנירט פון זיין פרעזידענטשאפט און דערמיט איז די לאנג יעריגע סאוועטן־פארבאנד צוזאמענגעפאלן און געווארן היסטאריע.

דער וועלט'ס באוואוינטסטע לאנד איז געקומען אונטער קאמוניסטישע הערשאפט אין 1949 נאכדעם וואס דאס לאנד איז דורכגעגאנגען צענדליגער יארן פון פאליטישע קאנפליקטן און אומסטאביליקייט וועלכע האט זיך אנגעהויבן הארט נאך די ערשטע וועלט מלחמה ווען די מערב וועלט האט אונטערגעשריבן דעם היסטארישן ווערסיי אפמאך אין פראנקרייך וועלכע האט געענדיגט די ערשטע וועלט קריג מיט די קאפוטילאציע פון די דייטשע אימפעריע. אין דעם אפמאך האבן פילע לענדער נאכגעגעבן לאנד איינע פאר די צווייטע און די אליאירטע האבן געצווינגען כינע אויפצוגעבן די שטאט שענדאנג צו יאפאן וועלכע האט געהאט א לאנג יעריגע קריגעריי איבער די טעריטאריע. די כינעזער סטודענטן זענען געווען זייער ברוגז אויף די אליאירטע און האבן געהאלטן אז מען האט אויסגעשפילט כינע וועלכע איז געווען א מיטגלידער אין די אליאירטע ארמייען. דאס האט געפירט צו היציגע דעמאנסטראציעס אין וועלכע מען האט קריטיקירט די מערב וועלט און געזוכט אן אנדערע רעגירונג סטיל. אין 1921 האבן צוויי אוניווערסיטעט פראפעסארן געגרינדעט די קאמוניסטישע פארטיי אין דער שטאט שאנכיי און צווישן זייערע נאכפאלגער איז געווען דער יונגער מאא זעדאנג, דער זון פון אן ארימע פארמער.

כינע האט אין יענע יארן נישט געהאט קיין סטאבילע רעגירונג און די פראווינצן און טעריטאריעס זענען געפירט געווארן דורך לאקאלע מלחמה לארדן. ווען די קאמוניסטישע פארטיי האט אנגעהויבן געווינען שטיצע אינערהאלב כינע האבן אנדערע גרופעס, און ספעציעל די קאמינטאנג פארטיי, דאס פרובירט שטערן און עס האט אויסגעבראכן א שטיקל מלחמה אין וועלכע די פרא-קאמוניסטן זענען געמארדעט געווארן און פארטריבן געווארן פון די גרויסע שטעט.

דער יונגער מאא איז דאן אויפגעקומען מיט א פלאן אין וועלכע די קאמוניסטישע פארטיי האט אנגעהויבן איינשטעלן דעם קאמוניסטישן מאדעל אין די פארווייטערטע שטעטלעך וואו עס האבן געוואוינט די ארימע פארמער און האבן גרינג צוגעשטימט דערצו. ביז א שטיק צייט האט די פארטיי דערקלערט זעלבשטענדיקייט אלס די דזשיאנגקסי סאוועטישע רעפובליק וועלכע האט אויך געהאט אן ארמיי, באקאנט אלס די רויטע ארמיי.

ווי נאר מאא האט דערקלערט זעלבשטענדיקייט האט די קאמינטאנג ארמיי מארשירט צו די קאמוניסטישע טעריטאריעס און עס האט אויסגעבראכן א מלחמה. אין אנפאנג האבן די קאמוניסטן געהאט די אויבערהאנט אבער ביז עטליכע וואכן האט די קאמינטאנג ארמיי ארומגערינגעלט דזשיאנגקסי און די קאמוניסטן זענען געווען געצווינגען צו אנטלויפן. מאא האט דאן געהאט אן ארמיי פון 80,000 מענער וועלכע האבן אים נאכגעפאלגט אריין אין גלות זוכנדיג א נייעם ארט וואו צו לאנדן. דאס איז געווען א מארש פון איבער א יאר ביז די רויטע ארמיי איז אנגעקומען אין שאנקסי פראווינץ אין צפון צענטראל כינע. אבער די לאנגע וועג פון איבער א יאר איז געווען באגלייט פון פייער פון די קאמינטאנג און פארשידענע מחלות וועלכע זענען פארשפרייט געווארן און אומגעברענגט צענדליגער טויזנטער. ביי דער צייט מאא האט דעגרייכט שאנקסי האט זיין ארמיי נאר פארמאגט 8,000 מיטגלידער.

דערנאך האט נאכגעפאלגט די מלחמות צווישן כינע און יאפאן אין וועלכע די קאמוניסטן האבן געהאלפן די קאמינטאנג קעמפן די יאפאנעזער אבער זענען געבליבן פאליטיש נישט איינגעשטימט און די קריגערייען האבן צוריק אויסגעבראכן ווען די קאמפן זענען געווען פאראיבער אין 1945. די רויטע ארמיי האט זיך אויסגעצייכנט צו זיין די מערסט געשולטע ארמיי קעגן יאפאן וועלכע איז פארטריבן געווארן אונטער דרוק ווען זי האט געקעמפט א צווייטע פראנט מיט אמעריקע אויפ'ן פאסיפיק.

מיט די ענדע פון די צווייטע וועלט קריג האט די קאנפליקט צווישן די קאמוניסטישע פארטיי און די קאמינטאנג אויפגעפלאצט און די קאמוניסטן האבן אנגעהויבן געווינען שטיצע ביי אלע ארימע פארמער וועלכע האבן געהאלפן קעמפן קעגן די קאמינטאנג. ביז 4 יאר איז די קאמינטאנג געווען באזיגט און מאא האט שטאלץ דעקלערט אז כינע האט געגרינדעט א נייע מענטש'נס רעפובליק אוו כינע. די קאמינטאנג כוחות האבן געמאכט פליטה פון כינע און זיך באזעצט אויפ'ן טייוואנער אינזל און זיך דעקלערט א זעלבשטענדיגע לאנד מיט'ן נאמען טייוואן.

מאַאָ האָט געהערשט אַלס כינע'ס קאָמוניסטישער פירער פון 1949 ביז זײַן טויט אין 1976. ווי נאָר ער האָט אריינגעטראָטן אין אָפיס האָט ער אונטערגעשריבן אַ פרײַנטשאַפט אָפּמאַך מיט סאָוועטן־רוסלאַנד און איז פאַרבליבן געטרײַ צו די סאָוועטן ביז נאָך סטאַלינ'ס טויט ווען דער נײַער קאָמוניסטישער פירער כרושטשאָוו האָט אָנגעהויבן די דע-סטאַליניזאַציע.

מאא האט אין אויפברויז באשולדיגט רוסלאנד פאר'ן לאזן אונטערגיין קאמוניזם און פארשיקט אלע סאוועטישע ראטגעבער פון כינע און אנגעהויבן ארבעטן אויף א נייע מאדעל קאמוניזם מיט וועלכע ער האט זיך געגרויסט אלס די זעלבסטשטענדיגע קאמוניסטישע לאנד. מאא האט נאכגעפאלגט סטאלינ'ס פאליסיס אבער האט אויך אימפלימענטירט סיסטעמען געבויט דירעקט אויף קארל מארק'ס טעאריעס.

אין 1956 האט מאא געעפענט א פראגראם אין וועלכע זיין רעגירונג האט איינגעלאדענט אלע אינטעלעקטועל (געלערנטע) צו קומען זאגן געדאנקען וואס זיי האלטן איבער די קאמוניסטישע רעגירונג. מאא האט פארקויפט אז מיט'ן הערן די קריטיק וועט ער קענען אויסארבעטן דעם סיסטעם פאר'ן צוקונפט. ווען אלע באריכטן זענען געווען פארטיג האט מאא זיך געטראפן מיט צופיל קריטיק איבער די רעגירונג און אויף אים זעלבסט. מאא האט שטיל געמאכט זיינע קריטיק דורך אפזאגן פון זייערע שטעלעס, ארעסטן, און פארטרייבן פון לאנד.

מאא איז געווען באקאנט אז ער האט אויסגעארבעט זיינע באשליסונגען אליינס און דאס פרובירט אויפן חשבון פונעם פאלק. א ביישפיל איז געווען א פלאן פון זיין רעגירונג צו פראדוצירן ארגיקולטור אויפ'ן מאקסימום אויף וועלכע מאא האט פארגעזאגט אז דאס וועט לאזן כינע פראדוצירן אזויפיל ארגיקולטור ווי בריטען ביז 15 יאר. די רעגירונג האט געצוואונגען צענדליגער מיליאנען צו גיין ארבעטן אין די פעלדער און כמעט יעדע הויז איז געווען פארמישט אין די פראדוקציע אויף פארשידענע וועגן.

דער פראגראם איז שפעטער באקאנט געווארן אלס די "גרעיט ליפ פארווערד" וועלכע האט עווענטועל געברענגט א צוזאמענפאל פון כינע'ס עקאנאמיע און גרויסע נארטוליכע קאטאסטראפעס וועלכע האבן אומגעברענגט מיליאנען דורכאויס צענדליגער יארן. א דריטל פון כינע'ס וועלדער זענען אויסגעהאקט געווארן פאר די פראדוקציע פון האלץ און דאס האט ארויפגעברענגט די וואסער שטאפלן און געברענגט פארפלייצונגען אין די גרויסע שטעט (געוואוקסן נוצן אויס אסאך וואסער און אויב זיי ווערן עלימינירט פליסט אריין צופיל רעגן וואסער אין די טייכן).

די פראבלעמען האבן געברענגט פרישע באוועגונגען קעגן קאמוניזם און האט דעגרייכט איר קלימאקס אין 66' ווען מאא האט געשפירט אז זיין אייגענע רעגירונג האט פלענער צו אדאפטירן נייע דעמאקראטישע פאליסיס. מאא האט דאן געארדענט זיין מיליטער צו שטערן די בייזוויליגע פלענער קעגן קאמוניזם און געגרינדעט א פראגראם, וועלכע איז גערופן געווארן די גרויסע קולטוראלע רעוואלוציע, אין וועלכע א ספעציעלע אפטיילונג פון די מיליטער אונטער'ן נאמען די רויטע וועכטער האבן געפייניגט וויסנשאפטלער און פארשלאסן שולעס, צוברענכדיג די אייגענע עקאנאמיע נאר כדי צו שטערן דעמאקראטיע. דער מצב איז געווארן אזוי שלעכט אז אין 67' האט די רעגירונג געמוזט אריינשיקן דאס מיליטער צו האלטן ארדענונג אין לאנד צוליב די גרויסע מאס פארברעכנס וואס די ארימקייט האט געברענגט.

א טויש אין כינע איז אנגעקומען אין די פריע 70'גער יארן ווען מאא אליינס האט איינגעזען אז ער איז באגאנגען גרויסע טעותים און האט צוריק גערופן אפיציעלן וועלכע ער האט יארן פריער ארויסגעווארפן. די רעגירונג האט אנגעהויבן נאכלאזן אין פארשידענע הינזיכטן און די וועלט האט דאס אויפגענומען מיט גרויס צופרידנהייט און אלס רעזולטאט האט כינע געווינען איר זיץ אין די יו-ען וועלכע איז געווען אונטער פראגע אויב טייוואן זאל דאס באקומען אלס די ריכטיגע כינעזער. אין 72' האט אמעריקע'ס פרעזידענט ריטשארד ניקסאן באזוכט כינע און אונטערגעשריבן די שאנכאי קאמיוניק אין וועלכע די פאראייניגטע שטאטן האט נארמאליזירט באציאונגען מיט כינע און איר פארזיכערט אז איר קאנפליקט מיט טייוואן וועט געלעזט ווערן אן קריג.

די הארטנעקיגע קאמוניסטן האט דאס נישט געפאלן און מאא איז שוין געווען צו אלט אין שוואך דאס צו שטערן. אין די לעצטע פאזע האבן א גרופע קאמוניסטישע פארטיי פירער פרובירט ארויפציען א סקאנדאל אויף די צוריק גערופענע מיניסטארן אבער בעפאר זיי האבן געהאט א שאנס צו גיין פובליק איז מאא געשטארבן אין עלטער פון 82 יאר.

מאא האט געהאט באשטימט זיין נאכפאלגער בעפאר ער איז געשטארבן אבער מיט זיין טויט האט זיך אלעס געטוישט און דער נייער פירער האט פארפעלט צו נעמען אויטאריטעט און די מער מעסיגע מיניסטארן האבן געפירט די מערכה און עלימינירט די קאמוניסטישע עקסטרימיסטן וועלכע האבן זיך גרופירט אונטער מאא'ס פרוי.

אין די רעגירונג איז געווען א מיניסטער מיט'ן נאמען דענג עקסזיאפינג וועלכער האט איבערגענומען די לייצעס פון די רעגירונג און צום צווייטן מאל געלאזט קריטיקירער קומען געבן זייערע מיינונגען אויף די קאמוניסטישע פארטיי. אבער אויך די צווייטע פרואוו איז דורכגעפאלן ווען די קריטיק איז געווען צופיל פאר די רעגירונג און דער פראגראם איז פארשלאסן געווארן און די גרעסטע קריטיקירער זענען ארעסטירט געווארן. דענג האט אבער באוויזן צו ראטעווען דאס לאנד'ס עקאנאמיע פון אונטערגאנג און איז קרעדיטירט געווארן פאר'ן צוזאמענהאלטן דאס פאלק און פאררעכטן דאס בילד פון די קאמוניסטישע פארטיי וועלכע איז באשמיצט געווארן נאך די גרעיט ליפ פארווערד דורכפאל און קאטאסטראפע.

דענג איז געווען פון די יונגע אין די רעגירונג אבער האט שטענדיג געוואונען איבער די עלטערע מיניסטארן און געהאלפן אריינברענגען נייע יונגע מיניסטארן וועלכע האבן מיטגעברענגט מיט זיך רעפארם פאליסיס וועלכע האט נאר געקענט אדאפטירט ווערן מיט דענג'ס צושטימונג און באמיאונג. א וויכטיגע טויש אין כינע האט זיך אנגעהויבן אין די 80'גער יארן ווען די רעגירונג האט איינגעזען אז מיט די ארגינעלע קאמוניסטישע סיסטעם וועט מען אין ערגעץ נישט אנקומען. אלס רעזולטאט האט די רעגירונג איינגעשטעלט פינאנציעלע זאנעס אין וועלכע אינטערנאציאנאלע אינוועסטירער זענען איינגעלאדענט געווארן צו מאכן ביזנעס. די ארגיקולטור סיסטעם איז ארויס פון די רעגירונג'ס הענט און איבערגעגעבן געווארן צו די פארמער וועלכע האבן געעפענט א פרייע מארק און אסאך רעגירונג פעקטאריס זענען צום ערשטן מאל ערלויבט געווארן צו נוצן זייערע פראפיטן פאר נייע אינוועסטמענט אנשטאט דאס געבן פאר די רעגירונג.

די רעזולטאטן זענען געקומען זייער שנעל און כינע'ס עקאנאמיע האט אנגעהויבן וואקסן שנעלער ווי סיי וועלכע לאנד און האט דעגרייכט קלימאקס אין 97' ווען האנג קאנג איז צוריק געגעבן געווארן צו כינע דורך בריטען און האט געדינגט אלס א הויפט אינטערנאציאנאלע האנדל'ס לאנד וועלכע איז יעצט געווען אונטער כינעזער הערשאפט. אבער די כינעזער רעגירונג האט נישט פרובירט איינשטעלן אירע פאליסיס אין האנג קאנג און ביז'ן היינטיגן טאג געניסט דאס אינזל פון פרייהייט וועלכע די כינעזער איינוואוינער האבן נישט.

דענג האט פארזיכערט די כינעזער פאלק אז די גוטע יארן זענען אויפ'ן וועג און כינע וועט זיין דער מאדעל פון א מארדערניזירטע קאמוניזם וועלכע איז אויסגעוואקסן דעם ארגינעלן טעאריע פון קאמוניזם. די וועלט איז געווען זייער צופרידן אבער האט געהאט א פארדאכט אז דאס איז נאר צייטווייליג און איינמאל כינע'ס עקאנאמיע וועט זיין געראטעוועט וועלן די קאמוניסטן צוריק באקומען זייער איינפלוס און די נייע רעכטן וועלן באזייטיגט ווערן. דענג איז געשטארבן אין 97' און זיין נאכפאלגער, פרעזידענט דזשיאנג זעמין, האט גאר פארגרעסערט די רעפארם פאליסיס און האט אפילו געלאזט רעגירונג ביזנעסער זיך פריוואטיזירן אויף א געוויסע פראצענט, ספעציעל די וואס זענען געווען אויף צרות אדער האבן נישט געברענגט קיין רעזולטאטן. דער פאליסי איז געווען אין דירעקטע קאנסטראסט צו דענג אבער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין איינע פון די בעסטע באשלוסן פון די כינעזער רעגירונג וועלכע עסט די פירות ביז'ן היינטיגן טאג.

כינע איז זינט די 90'גער יארן פארבליבן א קאמוניסטישע שטאאט מיט א טיפע רעפארם פאליסי אין איר עקאנאמישן אפטיילונג. די איינציגסטע טייל פון די רעגירונג וואס איז פארבליבן הונדערט פראצענט קאמוניסטיש איז די פאליטישע סיסטעם. די קאמוניסטן האבן די אויבערהאנט אין זענען נוטה צו דעמאקראטיע נאר ווען עס קומט צו געלט און דערמיט האט כינע געווינען די צוטרוי פון די דעמאקראטישע וועלט כאטש אין רעאליטעט איז איר פאליטישע סיסטעם א קאמוניסטישע סיסטעם אין שורש און ווער עס פרובירט זיך קעגנשטעלן ווערט עלימינירט ווי אין סטאלין רוסלאנד.


קאמוניזם אין מזרח אייראפע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויסער כינע, האט קאמוניזם אריינגעדרינגען מיט א שטארקייט אין מזרח אייראפע נאך די צווייטע וועלט קריג. די אלע שטעט וועלכע האבן געשפירט דעם קאמוניסטישן טעם זענען געווען יונג און זענען אויסגעקריצט געווארן פון די געוועזענע עסטרייך-אונגארן, דייטשלאנד, רוסלאנד, און אטאמאניש אימפעריעס דורך צענדליגער אפמאכן וועלכע זענען געווען דער רעזולטאט פון די ערשטע וועלט קריג. רוב דערפון האבן געווינען זעלבשטענדיקייט אלס הינקנדיגע דעמאקראטיעס און אלע אויסער טשעכאסלאוואקיי זענען אריינגעפאלן אין אינערליכע קאנפליקטן פאר אויטאריטעט.

דורכאויס די צווייטע וועלט קריג האט נאצי-דייטשלאנד איינגענומען די אלע לענדער, רוב דערפון אן א שאס. ביי די ענדע פון די קריג האבן די סאוועטישע כוחות מארשירט פון מזרח און באפרייט די אלע לענדער פון דייטשע קאנטראל מיט די אויסנאם פון יוגאסלאוויע און אלבאניע. נאך די קריג האבן די אליאירטע איינגעשטימט צו געבן סאוועט-רוסלאנד די איינפלוס אויף מזרח אייראפע.

די סאוועטן האן באלד אנגעהויבן ארבעטן צו ברענגען קאמוניזם אין די אלע לענדער ווען די מערב וועלט האט פארמאכט די אויגן אלס א דאנק פאר סאוועט-רוסלאנד פאר'ן העלפן דערשטיקן נאצי-דייטשלאנד און ענדיגן די צווייטע וועלט קריג. די סאוועטן האבן איינגעשטעלט קאמוניסטישע רעגירונגען אין פוילן, אונגארן, בולגאריע, רומעניע, און טשעכאסלאוואקיי. אין 46' האט דער בריטישער פרעמיער מיניסטער, ווינסטאן טשורטשיל, קריטיקירט די קאמוניסטישע באוועגונג און געלאזט פאלן דעם היסטארישן ארויסזאג אז אן אייזערנע פירהאנג איז אראפגעפאלן אויפ'ן קאנטינענט. מיט דעם ארויסזאג איז מזרח און מערב אייראפע אפיציעל אפגעטיילט געווארן פאר די קומענדיגע יארן ווען פון איין זייט האט דעמאקראטיע געבליעט און אויף די אנדערע זייט האט קאמוניזם צוגרינד געלייגט אלעס.

ספעציעל איז געטראפן געווארן דייטשלאנד זעלבסט וועלכע איז געווארן צוטיילט אין האלב צווישן די קאמוניסטן און קאפיטאליסטן. אין דער זעלבער צייט וואס מערב דייטשלאנד האט באקומען הילף פון די מערב וועלט און זיך צוריק געשטעלט אויף די פיס מיט א בליענדיגע עקאנאמיע, איז מזרח דייטשלאנד פארבליבן אין ארימקייט און דעפרעסיע און טראנספארטאציע צווישן די צוויי ראיאנען איז געווארן זייער שווער ווען מיליאנען פאמיליעס זענען מיט געוואלד צעטיילט געווארן און האבן זיך מער נישט געקענט טרעפן.

די איינציגסטע צוויי לענדער וואס זענען אויך געגאנגען אונטער קאמוניזם נישט אונטער די סאוועטישע איינפלוס איז געווען יוגאסלאוויע און אלבאניע. די צווי לענדער האבן געהאט אייגענע פראבלעמען וועלכע האבן נישט געקענט געלעזט ווערן נאך דער קריג און ווען די קאמוניסטישע ווינט האט געבלאזן אינעם ראיאן זענען אויך די צוויי לענדער געפאלן קרבנות צו קאמוניזם.

צווישן די מזרח אייראפעאישע לענדער זענען בולגאריע, טשעכאסלאוואקיי, און מזרח דייטשלאנד געווען די וואס האבן גענוי נאכגעפאלגט און מיטגעשטימט מיט סטאלין ווען רומעניע, אונגארן, און פוילן האבן זיך פרובירט אפטיילן פון דעם סאוועטן־פאראיין און אדאפטירט רעפארמען אויף א געוויסע פראצענט. אין 55' האבן די סאוועטן געמאכט די ווארשע פאקט אין וועלכע עס איז געגרינדעט געווארן א קאנטער ארגאניזאציע צו נאט"א דורך די קאמוניסטישע לענדער אין מזרח אייראפע. די איינציגסטע צוויי לענדער וואס האבן נישט אונטערגעשריבן דעם אפמאך זענען געווען יוגאסלאוויע און אלבאניע וועלכע האבן זיך דערנענטערט צו כינע און האבן קיינמאל נישט געלאזט די סאוועטישע כוחות באטרעטן זייער ערד.

קאמוניזם אין מזרח אייראפע איז אבער קיינמאל נישט אויפגענומען געווארן אזוי ווארים ווי אין רוסלאנד אדער כינע. פון אנהויב אן האבן רעפארמיסטן פרובירט זיך קעגנשטעלן און זענען אונטערדרוקט געווארן דורך סאוועטישע כוחות. די ערשטע אזעלכע באוועגונגען האבן זיך אנגעהויבן מיט די טויט פון סטאלין און די די-סטאליניזאציע פון קרוטשאוו. אונגארן און פוילן האבן אנגעהויבן פרובירן מאכן שבת פאר זיך אבער די סאוועטן האבן דאס צושטערט און עלימינירט אלע וואס זענען געשטאנען אין וועג.

ספעציעל איז געווארן א מהומה און טשעכאסלאוואקיי וואו די רעפארמיסטן האבן געמאכט אן איבערקערעניש און די סאוועטישע ארמיי איז אריין אין א פולע אינוואזיע און באזייטיגט דעם רעפארמיסט פירער און איינגעשטעלט א צווייטן וועלכער איז געווען לאיאל צו מאסקווע.

קאמוניזם אין מזרח אייראפע האט אנגעהויבן אויסוועפן אין די שפעטע 80'גער יארן ווען גורבאטשאוו איז געווארן פרעזידענט פון רוסלאנד און ער האט פארשפראכן נישט צו נוצן רוסלאנד'ס מיליטער צו האלטן די קליינע לענדער ביי קאמוניזם. דאס האט באלד געפירט צו גרויסע פראטעסטן קעגן קאמוניזם אין פוילן און אין אונגארן וועלכע האבן באוויזן די ערשטע צו באזייטיגן די קאמוניסטישע פארטייען און באפרייען זייערע לענדער פון סאוועט רוסלאנד. דאס איז נאכגעפאלגט געווארן אין טשעכאסלאוואקיי וואו די פובליק האט אראפגעברענגט די רעגירונג און באלד דערנאך האט זיך דאס זעלבע אפגעשפילט אין דייטשלאנד וואו דער בערלינער וואנט איז אראפגעקומען און באפרייט מזרח דייטשלאנד פון קאמוניסטישע הערשאפט. באלד דערנאך האט זיך דאס זעלבע אפגעשפילט אין רומעניע וואו די מאסן האבן אומגעברענגט זייער קאמוניסטישער פירער און זיין פרוי און זיך אפגעטיילט פון סאוועט רוסלאנד איבערנאכט און מיט דעם זענען אלע אפמאכן צווישן סאוועט רוסלאנד און מזרח אייראפע צעפאלן און עלימינירט געווארן.

אלבאניע און יוגאסלאוויע האבן נאכגעפאלגט צום לעצט ערשט אין 1990. אין אלבאניע איז אלץ געגאנגען געשמירט אבער אין יוגאסלאוויע האט איבער דעם אויסגעבראכן א ציווילע קריג וועלכע האט זיך געשלעפט עטליכע יאר און האט געקאסט דאס לעבן פון הונדערטער טויזנטער מענטשן.

מאנגאליע איז געווען דאס ערשטע לאנד אויסער דער סאוועטן־פארבאנד צו אדאפטירן א קאמוניסטישע רעזשים. דאס לאנד איז ארגינעל געווען א טייל פון דער כינעזער אימפעריע בעפאר די ערשטע וועלט קריג און נאך די קריג איז געווען א קאנפליקט צווישן כינע און רוסלאנד ווער עס זאל קאנטראלירן די רעגירונג. אין 1924 איז די רעגירונג געגאנגען קאמוניסטיש אונטער דעם איינפלוס פון רוסלאנד און איז געבליבן געטריי צו די סאוועטן ביז איר אונטערגאנג. דורכאויס די יארן האט מאנגאליע צוויי מאל געשיקט טרופן צו העלפן די סאוועטן קעמפן פאר קאמוניזם.

איינמאל דער סאוועטן־פאראיין איז צוזאמענגעפאלן האט אויך אנגעהויבן בלאזן רעפארם אין מאנגאליע וועלכע האט פארלאזט קאמוניזם אין 93' און האט ערוועלט א פרעזידענט אין דעמאקראטישע וואלן צום ערשטן מאל. פון מאנגאליע איז קאמוניזם פארשפרייט געווארן אין וויעטנאם, קאמבאדיע און לאאס, וועלכע געפינען זיך איינע נעבן די אנדערע. וויעטנאם איז ארגינעל געווען א טייל פון דער פראנצויזישער אימפעריע און האט געווינען איר זעלבשטענדיקייט הארט נאך די צווייטע וועלט קריג אין וועלכע דאס לאנד איז צעטיילט געווארן צו צוויי ראיאנען פון וועלכע צפון וויעטנאם איז איבערגענומען געווארן פון די קאמוניסטישע פארטיי.

די קאמוניסטן האבן געהאט א שטארקע איינפלוס אין יענע צייטן און האבן געארבעט אויף דרום וויעטנאם איר צו נעמען אונטער קאמוניסטישע הערשאפט. דאס האט געפירט צו א מיליטערישע קאנפליקט אין וועלכע אמעריקע האט זיך אריינגעמישט און געשיקט טרופן צו ראטעווען דרום וויעטנאם פון די קאמוניסטישע נעגל. אמעריקאנער אויסערן פאליסי סטראטעגיסטן זענען געווען ביי דער מיינונג אז אויב גאנץ וויעטנאם וועט גיין קאמוניסטיש וועט קאמוניזם זיך שנעל פון דארט פארשפרייטן איבער גאנץ אזיע און נאך ווייטער.

אבער נאכ'ן נעמען שווערע פארלוסטן עטליכע יארן נאכאנאנד, האבן אמעריקאנער אינדערהיים פראטעסטירט קעגן די מלחמה און אמעריקע האט זיך ארויסגעצויגן פון דארט אין 975'. ווי נאר אמעריקע האט פארלאזט דרום וויעטנאם איז גאנץ וויעטנאם פאראייניגט געווארן אונטער קאמוניסטישע הערשאפט וועלכע איז געשטיצט געווארן דורך דער סאוועטן־פארבאנד.

אינדערצווישן איז אויך די דערנעבנדיגע קאמבאדיע געווארן קאמוניסטיש אונטער כינעזער איינפלוס. דאס איבערגאנג צו קאמוניזם דארט איז געגאנגען מיט גרויס ברוטאליקייט פון וועלכע 1.7 מיליאן מענטשן האבן פארלוירן זייערע לעבנס אין קאנפליקט און פון הונגער און פיין. אמעריקאנער כוחות האבן אויך אין קאמבאדיע פרובירט אפהלטן די קאמוניסטן אבער האבן נאר דורכגעפירט לופט קאמפיינען וועלכע האט נישט מער ווי געשפעטיגט די גרינדונג פון די קאמוניסטישע רעגירונג. אין 79' האט וויעטנאם אינוואדירט קאמבאדיע און איינגעשטעלט א פרא וויעטנאם רעגירונג וועלכע האט נאכגעפאלגט דעם סאוועטישן מאדעל פון קאמוניזם און איז נישט געווען אזוי ברוטאל. כינע האט פרובירט זיך קעגנשטעלן אבער די סאוועטן זענען געקומען וויעטנאם צו הילף און כינע האט זיך צוריק געצויגן.

אין די 80'גער יארן האט וויעטנאם אדאפטירט א רייע רעפארמען וועלכע האט געברענגט פארמערטע האנדל מיט סאוועט רוסלאנד און אנדערע קאמוניסטישע לענדער. וויעטנאם האט איבערגעלעבט די סאוועט צוזאמענפאל און איז ביז'ן היינטיגן טאג פארבליבן א קאמוניסטיש לאנד. קאמבאדיע, פון די אנדערע זייט, האט איבערגעלאזט סאציאליזם אין 90' אן האט אדאפטירט א רייע פרייע האנדל רעפארמען און צוויי יאר דערויף האט דאס לאנד דורכגעפירט וואלן אין וועלכע עטליכע פארטייען האבן זיך באטייליגט. דאס לאנד אפיציעל נאמינירט געווארן אלס די קעניגרייך פון קאמבאדיע און ביז 99' זענען אלע פארברעכער אינערהאלב די קאמוניסטישע פארטיי געברענגט געווארן צו גערעכטיקייט. לאאס איז געווארן קאמוניסטיש אין 75' אונטער די איינפלוס פון וויעטנאם וועלכע האט איר געהאלפן עקאנאמיש ביז אין די 90'גער יארן ווען לאאס האט דורכגעפירט עקאנאמישע רעפארמען. אבער דאס לאנד איז פארבליבן קאמוניסטיש ביז'ן היינטיגן טאג.

נאך א לאנד אין אזיע וואס איז געגאנגען אונטער קאמוניסטישע הערשאפט איז צפון קארעע. דאס לאנד קארעע איז ארגינעל געווען א קאלאניע פון יאפאן ביז נאך דער צווייטער וועלט קריג ווען דאס לאנד איז צעטיילט געווארן צווישן די אליאירטע און סאוועטישע קאנטראל. אין 1948 זענען געגרינדעט געווארן צוויי באזונדערע רעגירונגען און די צפון טייל איז געווארן קאמוניסטיש אונטער סאוועטישע קאנטראל.

צפון קארעא האט פרובירט אינוואדירן דרום קארעע אין 50' אבער איז געשטערט געווארן דורך די אליאירטע טרופן אין שפיץ פון די פאראייניגטע שטאטן. פון די אנדערע זייט איז כינע געשטאנען צו הילף פאר צפון קארעא און די קריג איז געווען א בלוטיגע וואס האט געקאסט מיליאנען מענטשליכע קרבנות. די קריג האט זיך געענדיגט מיט א שטילשטאנד אין 53' און איז פארבליבן צוויי באזונדערע שטאאטן. דער קאמוניסטישער פירער פון צפון קארעא איז געווען קים איל סאנג וועלכער האט געהערשט פון 48' ביז זיין טויט אין 94'. ער איז געווען א דיקטאטורישער פירער וועלכער האט נאציאנאליזירט דאס לאנד מיט ברוטאלע הענט. זיין סיסטעם האט אבער פארפעלט און ביי דער צייט וואס ער איז געשטארבן האט דאס לאנד געהונגערט און מערערע עפעדימיעס האבן אומגעברענגט צענדליגער טויזנטער.

זיין זון, קים דזשאנג איל, האט אים איבערגענומען אלס פירער און האט געלייגט זיינע פריאריטעטן צו לעזן די עסן קריזיס און קומען צו א פארהאנדלונג איבער אירע נוקלעארע שטודיעס פראגראם מיט די פאראייניגטע שטאטן אין אויסטויש פאר עקאנאמישע הילף. אבער די געשפרעכן זענען דערווייל א דורכפאל און דאס לאנד איז פארבליבן קאמוניסטיש פונעם ערגסטן סארט.

קאמוניזם אין לאטיין אמעריקע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קובא און ניקאראגוע זענען די איינציגסטע צוויי לענדער אין לאטיין אמעריקע וואס זענען געגאנגען אונטער קאמוניזם טראץ די שטארקע קאמוניסטישע ווינט וואס האט געבלאזן אינעם ראיאן. קובא איז געווען אונטער א דיקטאטורישע הערשאפט ווען פידעל קאסטרא האט געמאכט א רעוואלוציע און באזייטיגט די רעגירונג אלס א נאציאניליסט. אבער איינמאל ער האט איבערגענומען די מאכט האט ער זיך דעקלערט א סאציאליסט און האט אנגעקניפט פריינטליכע באציאונגען מיט סאוועט־רוסלאנד וועלכע האט באלד אויסגענוצט דאס לענדל צו סטראשן די פאראייניגטע שטאטן מיט נוקלעארע מיסילס וועלכע זי האט דארט אינסטאלירט.

נאך דעם מיסיל קריזיס האט קאסטרא זיך פאראייניגט מיט די קאמוניסטישע פארטיי און דאס לאנד איז אפיציעל געווארן קאמוניסטיש. קאסטרא האט פארזוכט עטליכע קאמוניסטישע מאדעלן און ווען איינס איז דורכגעפאלן האט ער גענומען א צווייטע. קאסטרא איז אלע יארן געווען א שווערע ארבייטער און א שרעקליכער עקשן און נאר אזוי האט ער באוויזן צו בייקומען אלע פראבלעמען.

קובא'ס שווערסטע צייטן איז געקומען נאך דעם סאוועטישן צוזאמענפאל. דורכאויס די סאוועטישע יארן האט קובא עקספארטירט צוקער צו רוסלאנד אין אויסטויש פאר נאפט און מאשינערי און די האנדל האט זיך גענצליך אפגעשטכלט אין 91'. בלית ברירה האט קאסטרא דורכגעפירט א רייע עקאנאמישע רעפארמען וועלכע איז אין דירעקטע קאנטראסט צו די ארגינעלע קאנצעפט פון קאמוניזם. אבער פאליטיש איז דאס לאנד פארבליבן קאמוניסטיש.

ניקאראגוא איז געווען פון די לעצטע לענדער צו גיין אונטער קאמוניזם ערשט אין 84' מיט די הילף פון קובא און סאוועט־רוסלאנד. די ארטיגע קאמוניסטישע רעגירונג האט אבער קיינמאל נישט אויסגעראטן די אפאזיציע פארטייען און מיט דער צייט האבן רעוואלוציאנערן, געשטיצט דורך אמעריקע, געדרוקט די קאמוניסטישע רעגירונג צו האלטן דעמאקראטישע וואלן אין וועלכע די הויפט אפאזיציע פארטיי האט געווינען און איינגעשטעלט א רייע רעפארמען וועלכע גיט ציווילע רעכטן.

קאמוניזם אין מיטל מזרח

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די איינציגסטע לאנד אין מיטל מזרח וואס איז געפאלן אונטער די סאוועטישע נעגל איז געווען אפגאניסטאן וועלכע איז געווען א קאנסערוואטיווע מאנארכיע. אין 1978 האט די קאמוניסטישע פארטיי דורכגעפירט א רעוואלוציע אויף די אנווייזונגען פון סאוועטן־רוסלאנד. דאס האט געפירט צו א ביטערע קאנפליקט צווישן א ראדיקאלע פארטיי און די קאמוניסטישע פארטיי. די ראדיקאלן האבן דארט געבונטעוועט און די סאוועטן האבן באלד אריינגעשיקט א מיליטער וועלכע האט אומגעברענגט דעם ראדיקאלן פירער און איינגעשטעלט א פרא־סאוועטישע רעגירונג.

די ארבעט איז אבער נישט געגאנגען גרינג און די סאוועטן האבן אריינגעברענגט א מיליטער פון 100,000 צו האלטן סטאביל דאס לאנד פון עקסטרעמיסטן. א באזונדערע גרופע איז געגרינדעט געווארן צו קעמפן די קאמוניסטן וועלכע איז געשטיצט געווארן דורך פאקיסטאן און די פאראייניגטע שטאטן. די סאוועטן האבן יארן לאנג געליטן פון די ראדיקאלן און האבן נישט געקענט באוויייזן צו ברענגען דאס לאנד אונטער קאנטראל. ענדליך אין 86' האט מיכאאל גורבאטשאוו געברענגט דעם קאנפליקט צו א בארואיגונגס שטאפל און ארויסגעצויגן זיינע טרופן. די פרא סאוועטישע רעגירונג האט אבער נישט לאנג אנגעהאלטן ווען אין 92' האבן די טאליבאנער געמאכט א איסלאמישע רעוואלוציע און איבערגענומען די מאכט אין 96' און אומגעברענגט דעם קאמוניסטישן פארטיי פירער.

נאך א פלאץ אינעם מיטל מזרח וואו די סאוועטן האבן געלייגט א פוס פאר א שטיק צייט איז געווען אין דרום תימן. דאס לאנד תימן איז ארגינעל געווען א בריטישע קאלאניע און איז געווארן זעלבשטענדיג אין 67' נאך א גורילא קריג וועלכע האט פארטריבן די בריטישע. די פארטיי וואס האט געווינען איז געווען א סאציאליסטישע און האט גענומען הילף פון סאוועטן־רוסלאנד. אבער עס זענען געווען עטליכע שטארקע פארטייען און די קאמוניסטישע פארטיי האט נישט געקענט אנהאלטן צו לאנג און האט זיך עווענטועל פאראייניגט מיט צפון תימן און עס זענען אפגעהאלטן געווארן דעמאקראטישע וואלן.


אפריקע איז על פי רוב געווען קאלאניעס פון פראנקרייך און בריטאניע וועלכע האבן איינע נאך די אנדערע געווינען זעלבשטענדיקייט נאך די צווייטע וועלט קריג. קאמוניזם האט דעגרייכט רוב אפריקאנער לענדער אבער נאר פיר פון זיי זענען טאקע געגאנגען קאמוניסטיש. דאס זענען געווען די רעפובליק פון קאנגא, עטיאפיע, אנגאלא און מאזאמביק.

קאנגא איז געווען די ערשטע אויף די רייע באלד נאכדעם וואס זי האט זיך דעקלערט זעלבשטענדיג פון פראנקרייך. דער קאמוניסטישער פארטיי פירער האט איבערגעמאכט דאס לאנד אויפן סאוועטישן מאדעל און גענומען הילף פון סאוועטן־רוסלאנד און אויך פון כינע. אנטי קאמוניסטן האבן אומגעברענגט דעם קאמוניסטישן פארטיי פירער 10 יאר שפעטער און זיינע נאכפאלגער האבן פרובירט אנהאלטן קאמוניזם. אבער זיי זענען דורכגעפאלן ווען די עקאנאמיע איז געגאנגען א גאנג און די פארטיי איז געצוואונגען געווארן צו מאכן א מולטי פארטיי עלעקציע אין וועלכע אן אנטי קאמוניסטישע פארטיי האט געווינען און צעבראכן קאמוניזם. דער געוועזענער קאמוניסטישער פירער זעלבסט איז אויך געווארן אויס קאמוניסט און האט שפעטער נאכאמאל געווינען צו ווערן פרעזידענט פון קאנגא, דאסמאל אלס א נאציאנאליסט.

עטיאפיע איז געגאנגען קאמוניסטיש אין 74' מיט שטיצע פון סאוועטן־רוסלאנד און קובא וועלכע האבן פארזיכערט דאס לאנד צו העלפן צוריק באקומען קאנטראל אויף א ראיאן וועלכע איז פארכאפט געווארן דורך סאמאליע סעפאטעריסטן. די עקאנאמיע אין עטיאפיע האט נישט געארבעט און מענטשן האבן געהונגערט וואס האט געצוואונגען די רעגירונג דורכצופירן עקאנאמישע רעפארמען און קאמוניזם איז צעביסלעך צונישט געווארן. דער קאמוניסטישער פירער האט נאך אלץ אנגעהאלטן די מאכט און איז ארויסגעשטויסן געווארן פון אפיס אין 91' באלד נאך דעם סאוועטישן צוזאמענפאל.

אבער מיטן צוזאמענפאל פון קאמוניזם האט זיך ערשט אנגעהויבן די צרות אין עטיאפיע ווען פארשידענע רעבעלן גרופעס האבן געקעמפט פאר מאכט און דאס לאנד איז אריין אין א בלוטיגע ציווילע קריג וועלכע האט אנגעהאלטן ביז אין 00' ווען א שלום איז איינגעשטעלט געווארן. אנגאלא און מאזאמביקיא זענען ביידע געווען קאלאניעס פון פארטוגאל און האבן געווינען זעלבסטשטענדיקייט אין 75' ווען פארטוגאל איז דורכגעגאנגען א דעמאקראטישע רעוואלוציע. ביידע לענדער האבן באלד אדאפטירט קאמוניזם אונטער די איינפלוס פון סאוועטן־רוסלאנד וועלכע האט זיי געשטיצט עקאנאמיש.

אין אנגאלא האט אבער אויסגעבראכן א צווילע קריג צווישן די קאמוניסטן און אנטי קאמוניסטן און נאך עטליכע גרופעס. דאס לאנד איז געווארן א שטאנדפונקט צווישן רוסלאנד און אמעריקע וועלכע האבן ביידע געשיקט מיליטערישע הילף. די געשלעגן האבן זיך אפיציעל געענדיגט אין 91' ווען רוסלאנד און אמעריקע האבן אויסגעארבעט א שלום. אבער די קריגערייען האבן נישט נאכגעלאזט ביז עטליכע יאר שפעטער און היינט איז דאס א דעמאקראטיש לאנד.

אין מאזאמביקיא האט זיך אפגעשפילט אן ענליכע סצענע ווען דאס לאנד איז אויך אריין אין א ציווילע קריג מיט שטיצע פון דרופםאפריקע און סאוועטן־רוסלאנד אויף די צוויי זייטן. אבער דאס לאנד האט שנעלער שלום געמאכט (אין די שפעטע 80'גער יארן) און די צוויי פארטייען האבן אינאיינעם אדאפטירט פאליטישע רעפארמען און זיך געזעגנט פון קאמוניזם עטליכע יאר בעפאר דעם סאוועטישן צוזאמענפאל.

קאמוניסטישע איינפלוס אין נישט קאמוניסטישע לענדער

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קאמוניסטישע פארטייען האבן עקזיסטירט אין אסאך לענדער פון דער וועלט, אבער אין רוב פון זיי האבן די קאמוניסטישע פארטייען נישט באוויזן צו געווינען קאנטראל פון דער רעגירונג און האבן עקזיסטירט אלס אפאזיציע פארטייען. אין 1970 האט דער יו-עס שטאַט־דעפארטמענט אינדענטיפיצירט 88 לענדער וועלכע האבן דעמאלט געהאט קאמוניסטישע פארטייען אדער באוועגונגען. אין 1989 האט א צווייטע שטודיע געוויזן אז דער נומער איז אזויפיל ווי 106 און 23 דערפון זענען געווען אונטער קאמוניסטישע הערשאפט.

קאמוניזם האט אנגעהויבן אונטערגיין אין די ענדע 80ער און פריע 90ער יארן מיט דעם סאוועטישן צוזאמענפאל אלס דער מכה בפטיש. זינט דעמאלט האבן די קאמוניסטישע פארטייען מער נישט פרובירט נעמען די מאכט מיט געוואלד נאר עקזיסטירן אלס א טייל פון מולטי-פארטייען ליבעראלע דעמאקראטיעס, פרובירדיג צו דעגרייכן מאכט דורך פרייע וואלן.

קאמוניזם אין מזרח אייראפע היינטיגע צייטן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די קאמוניסטישע פארטיי פונעם סאוועטן־פארבאנד (סי-פי-עס-יו) איז אפגעשטארבן אינאיינעם מיט דעם סאוועטן פאראיין אין 91' און איז אויפגעלעזט געווארן א מאנאט דערויף. די 15 געוועזענע סאוועטישע רעפובליקן זענען צעטיילט געווארן צו זעלבשטענדיגע לענדער און די קאמוניסטישע פארטיי איז פארבאטן געווארן פון עקזיסטירן.

מיט דער צייט האבן די קאמוניסטישע שטיצער צוריק אויפגעבויט זייערע פארטייען אבער מיט אנדערע ווארצלן און נייע נעמען און האבן מער נישט פרובירט נעמען די מאכט מיט געוואלד. די נייע קאמוניסטישע פארטייען האט מען גערופן די נעא-קאמוניזם און זיי עקזיסטירן היינט אין אלע לענדער וואס האבן באלאנגט פאר דעם סאוועטן פאראיין.

די קאמוניסטישע פארטייען אין די געוועזענע קאמוניסטישע לענדער זענען גרויסע אפאזיציע פארטייען וועלכע געווינען געווענליך צווייט אדער דריט אין נאציאנאלע וואלן. אין רוסלאנד, צום ביישפיל, איז די קאמוניסטישע פארטיי אריינגעקומען צווייט אין די נאציאנאלע וואלן אין 96' וועלכע באריס יעלצין האט געווינען און נאכאמאל אין 00' וועלכע וולאדימיר פוטין האט געווינען. אין עטליכע קליינע לענדער אין מזרח אייראפע און אזיע האבן די קאמוניסטישע פארטייען עווענטועל געווינען די וואלן אבער האבן קיינמאל נישט צוריק איינגעשטעלט קאמוניזם ווי בעפאר, נאר ליבערשט איינגעשטעלט א סאציאליסטישע עקאנאמישע סיסטעם מיט א מולטי-פארטיי פאליטישע סיסטעם. די איינציגסטע צוויי געוועזענע קאמוניסטישע לענדער וועלכע האבן קיינמאל מער נישט געהאט אפילו אן אפאזיציע קאמוניסטישע פארטיי איז דייטשלאנד און אלבאניע.


קאמוניזם אין מערב אייראפע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די קאמוניסטישע פארטייען אין מערב אייראפע זענען געגרינדעט געווארן צוושן די יארן פון 1918 און 1923, נאכפאלגנדיג דער רוסישער רעוואלוציע. די פארטייען האבן געהאט אסאך שטיצער וועלכע איז שטארק געווארן בעפאר און נאך דעם צווייטן וועלט קריג אבער זיי האבן קיינמאל נישט באוויזן צו געווינען די מאכט און האבן נישט פרובירט דאס נעמען מיט געוואלד. די איינציגסטע מערב אייראפעאישע לאנד וואו די קאמוניסטן האבן יא געקעמפט מיט די רעגירונג איז געווען אין גריכן, וואו די קאמוניסטן האבן געקעמפט א גורילע קריג צווישן 46' און 49' אבער זענען דורכגעפאלן.

נאכפאלגנדיג דעם סאוועטישן צוזאמענפאל, האבן אלע קאמוניסטישע פארטייען אין די פרייע לענדער פארלוירן אסאך שטיצע און עקזיסטירן היינט אלס קליינע פארטייען מיט ווייניג אויסזיכטן פאר דעם צוקונפט.

קאמוניזם אין אמעריקע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די קאמוניסטישע באוועגונג אין די פאראייניגטע שטאטן האט זיך אנגעפאנגען אין 1917 נאכפאלגנדיג די באלשעוויק רעוואלוציע אין רוסלאנד. די קאמוניסטן האבן ארגינעל באלאנגט צו די סאציאליסטישע פארטיי אוו אמעריקע און האבן זיך אפגעטיילט און געגרינדעט צוויי נייע פארטייען וועלכע האבן זיך גערופן די קאמוניסטישע פארטיי און די קאמוניסטישע לעיבאר פארטיי. עווענטועל האבן זיך די צוויי פארטייען פאראייניגט און זענען געווארן די קאמוניסטישע פארטיי פון די פֿאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע (סי-פי-יו-עס-עי).

קאמוניזם אין אמעריקע איז קיינמאל נישט טאלערירט געווארן און באלד נאך די ערשטע וועלט קריג האט די רעגירונג אנגעהויבן זיך פארלייגן אויסצוראטן קאמוניזם. צווישן 919' און 920' האבן פעדעראלע און לאקאלע אויטאריטעטן באפאלן קאמוניסטישע הויפטקווארטירן און ארעסטירט טויזנטער און די פארטיי איז געגאנגען אונטער די ערד וואו זיי זענען ווייטער אנגעגאנגען מיט זייער ארבעט און די אויטאריטעטן האבן זיי נאכגעיאגט און פון צייט צו צייט ארעסטירט נאך און נאך. אין 29' איז דער קאמוניסטישער פירער פון אמעריקע ארעסטירט געווארן און איז פארשיקט געווארן פון לאנד. צווישן די יאר'ן פון 30' ביז 45' האט קאמוניזם געהאט איר גרעסטע איינפלוס אין אמעריקע. אין די יארן איז פארגעקומען די גרעיט דעפרעסיע און מיליאנען האבן פארלוירן זייערע דזשאבס און די אומצופרידענע האבן געזוכט א נייע עקאנאמישע סיסטעם צו וועלכע קאמוניזם האט געקלינגען זייער פאסנד פאר אזעלכע מענטשן.

און אירע בעסטע יארן האט די קאמוניסטישע פארטיי פארמאגט 80,000 מיטגלידער אבער האט אנגעהויבן פאלן ווי נאר די דעפרעסיע איז אריבער און נאכמער ווען נאצי-דייטשלאנד האט אונטערגעשריבן די נאן-אגרעשן פאקט מיט סאוועטן־רוסלאנד. ביי די ענדע פון די קריג ווען די אליאירטע האבן זיך פאראייניגט מיט רוסלאנד צו באקעמפן דייטשלאנד, האט זיך די פארטיי אביסל צוריק געכאפט און דער דעמאלטדיגער פארטיי פירער האט רעפארמירט די פארטיי און דאס געגעבן א נייע נאמען, די קאמוניסטישע פאליטישע אסאסיאציע.

דער אויסברוך פון די קאלטע קריג האט געגעבן א שטארקע קלאפ פאר די קאמוניסטישע פארטיי פון וועלכע זי האט זיך קיינמאל מער נישט ערהוילט. די רעגירונג איז געווען באזארגט אז די רוסישע קאמוניסטן וועלן פרובירן געווינען איינפלוס אין אמעריקע און פרעזידענט טרומאן האט באשטעטיגט א געזעץ וועלכע האט ערלויבט די אויטאריטעטן צו פארשן אלע רעגירונג ארבייטער אויב זיי האבן שייכות צו די קאמוניסטישע פארטיי. ווער עס איז געפינען געווארן מיט עפעס קאמוניסטישע באציאונגען איז אפגעזאגט געווארן פון זיין דזשאב און אלע שרייבער, אקטיארן, און פילם פראדוצירער מיט קאמוניסטישע באציאונגען זענען באזייטיגט געווארן אדער האט מען זיי שטיל געמאכט. די רעגירונג האט געארבעט זייער אומ-דעמאקראטיש אבער רוב האבן געהאלטן אז עס איז נישט פאראן קיין אנדערע ברירה צו קענען פארמיידן קאמוניזם פון קענען אינפילטרירן דאס אמעריקאנער רעגירונג.

צווישן די יארן פון 50' און 54' האבן די אויספארשונגן דעגרייכט א קלימאקס ווען דער רעפובליקאנער סענאטאר, דזשאסאעף מעקארטי, האט זיך גענומען איבער פארדעכטיגטע וואס האבן שייכות מיט קאמוניזם און מיט דעם באוואשן צענדליגער אנגעזעענע פאליטישאנס. אין די ענדע האט די סענאט זיך גענומען איבער מעקארטי זעלבסט, נאכדעם וואס עס איז אויפגעוויזן געווארן אז ער האט אויסגענוצט זיין פאליטישע מאכט צו נקמה נעמען פון זיינע קעגנער אינערהאלב די רעגירונג.

מיטגלידערשאפט אין די קאמוניסטישע פארטיי איז געפאלן אין די טויזנטער יעדעס יאר און ביז 57' האט עס געהאלטן אינגאנצן ביי 10,000. פון דעמאלט אן איז די קאמוניסטישע פארטיי אן אויסגעשפילטע פארטיי מיט ווייניג אויפטוען אבער עקזיסטירט נאך ביז'ן היינטיגן טאג. אריבער די גרעניץ אין קאנאדע האט קאמוניזם געהאט שטיצע אינערהאלב די האנדל יוניאנס וועלכע האבן געוואלט אראפווארפן אמעריקאנער און בריטישע אימפעריעליזם. אבער קאמוניזם האט אנגעהויבן פארלירן שטיצע ווען סטאלין איז געשטארבן און עס איז ארויפגעשווימען דער אמת וואספארא קאלטבלוטיגע רוצח און מאסן מערדער ער איז געווען, וואס האט געגעבן א שלעכט בילד איבער קאמוניזם בכלל. מיט דער צייט האבן די צוויי גרעסטע יוניאנס פארלאזט די קאמוניסטישע פארטיי און קאמוניזם איז זינט דעמאלט פארבליבן א קליינע סעקטע.


די צוקונפט פון קאמוניזם

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קארל מארקס און פרידריק ענגעלס האבן פארגעשריבן אז קאפיטאליזם איז געווען א טונקעלע צייט און קאמוניזם וועט אויפבליען און איבערנעמען די וועלט און גרינדן די צוקונפט אין וועלכע די פשוט'ע מענטשן וועלן זיין צופרידן און עס וועט הערשן שלום אויף דער וועלט.

אבער די רעאליטעט פון קאמוניזם האט אינגאנצן נישט געשטימט מיט דער טעאריע ווי מארקס און ענגעלס האבן זי אראפגעלייגט. אויסער וואס די קאמוניסטישע צענטראלע עקאנאמיע סיסטעם האט נישט געארבעט, איז די פאליטישע סיסטעם דערפון געווען קארומפירט און אירע פירער האבן דאס אויסגענוצט פאר מאכט און טיילמאל געפייניגט און אומגעברענגט מיליאנען פאר זייער כבוד און מאכט.

אויסערדעם וואס קאמוניזם איז געווען א דורכפאל פאר זיך, איז עס געווען א דאפעלטער דורכפאל ווען אין דער זעלבער צייט האבן די קאפיטאליסטישע לענדער געהאט די גרעסטע סוקסעסן אין די היסטאריע ווען די עקאנאמיעס האבן געבליעט און מענטשן האבן באקומען די סטאנדארטן פון וועלכע זיי האבן גע'חלומט צו לעבן. קאמוניזם האט זיך ארגינעל נאר געבויט אויף די פראבלעמען וואס קאפיטאליזם האט געהאט, אבער ווען עס איז שוין געווען אימפלימענטירט איז די קאפיטאליסטישע עקאנאמישע סיסטעם דורכגעגאנגען א דראסטישע טויש ווען די עקאנאמיע איז איבערגענומען געווארן מיט סערוויס און פינאנץ און האנט ארבעט איז איבערגעפירט געווארן צו די ארימע לענדער.

קאמוניסטישע רעזשימען האבן געארבעט זייער שווער זיך אן עצה צו געבן און זענען געשטאנען מיט בייזע אויגן און זיך צוגעקוקט ווי די קאפיטאליסטישע לענדער וואקסן און בליען מיט ציפערן ווי קיינמאל בעפאר. אין דער צייט וואס אמעריקאנער בירגער האבן הנאה געהאט פון יעדע מינוט אין לעבן, זענען די רוסישע בירגער געווען אונטערדרוקט אונטער א ברוטאלע רעזשים וואס האט זיי קוים געקענט האלטן ביים לעבן.

דער פאקט איז אבער אז מארקס און ענגעלס האבן אין א געוויסן וועג געווארענט אויף דעם אויסגאנג. מארקס שרייבט קלאר אין זיין בוך אז קאמוניזם וועט זיך נאר אויסארבעטן אויב עס וועט ערשט איינגעשטעלט ווערן אין די רייכע לענדער. ער ווארענט אז די ארימע לענדער וועלן נישט האבן די קוועלער צו מאכן דעם סיסטעם ארבעטן און דאס וועט דורכפאלן.

און אזוי איז טאקע געווען. די רייכע אייראפעאישע לענדער זענען געווען צופרידן און האבן נישט געזוכט צו אדאפטירן קאמוניזם. פון די אנדערע זייט האבן די נייע ארימע לענדער (לענדער וועלכע זענען נארוואס געווארן זעלבסטשטענדיג נאכ'ן זיך אפברעכן פון גרויסע אימפעריעס) זיך באלד צוגעכאפט צו קאמוניזם אלס אן אלטערנאטיווע עקאנאמיע סיסטעם און עס איז געווען א דורכפאל.

די פירער פון די לענדער זענען געווען ביי דער מיינונג אז ערשט דארף זיין שלום און דערנאך וועט מען ארבעטן אויף די עקאנאמיע. אין רוב פון די לענדער איז דער פאליטישער מצב געווען קריגערייען און מלחמות און נאר קאמוניזם האט אויסגעזען צו זיין דער צוקונפט און מען האט געהאפט אז איינמאל די מענטשן וועלן לעבן בשלום וועט די עקאנאמיע אויטאמאטיש ארבעטן. דאס איז אבער געווען א פֿאַטאַלער טעות און אנשטאט אויפגעבן קאמוניזם האבן אירע פירער זיך באשיצט אונטער מאכט ביז עס איז מער נישט געווען קיין ברירה.

ווען סאוועטן־רוסלאנד איז ענדליך צוזאמענגעפאלן און מיטגענומען מיט זיך רוב קאמוניסטישע לענדער, האבן די פארבליבענע קאמוניסטישע לענדער זיך רעפארמירט צו קענען בלייבן ביים לעבן. די טראנספארמירונג איז טיילמאל געגאנגען אויף אזוי ווייט אז די רעגירונג איז נישט געווען צום דערקענען. די איינציגסטע צוויי לענדער וועלכע זענען געבליבן מיט די ארגינעלע ארטאדאקסישע קאמוניזם איז קובא און צפון קארעא, כאטש אויך זיי זענען געווען געצוואונגען צו טוישן גאנג עטליכע מאל צו קענען שפייזן דאס פאלק. אין ביידע לענדער זענען די ארגינעלע פירער נאך אלץ אין מאכט און דאס איז דער הויפט סיבה צו דעם פאקט. אין קובא איז פידעל קאסטרא נאך אלץ פירער, און ווען ער וועט שטארבן האט ער א ברודער וואס וועט אים איבערנעמען, און אין צפון קארעא איז קינג דזשאנג איל דער זון פון דעם גרינדער פון די רעזשים.

די שאנסן אז א קאמוניסטישע באוועגונג זאל נאכאמאל ארומגיין אין די וועלט איז רחוק מן השכל. 95 פראצענט פון קאמוניסטישע רעזשימען זענען צוזאמענגעפאלן און די פארבליבענע האבן זיך רעפארמירט און האבן נישט קיין אייניגע מאדעל סיסטעם וואס ווערט נאכגעפאלגט. מען קען קיינמאל נישט וויסן וואס דער צוקונפט וועט ברענגען, אבער ווען מען באטראכט דער גאנצער היסטאריע און פראקטיק איז נישטא וואס צו זארגן אז דאס וועט אמאל צוריק קומען. קאמוניזם איז געווען א דורכפאל פון אנהייב אָן און איז נאר געגאנגען מטה מטה ווי ווייטער.

אזעלכע לענדער ווי קובא און צפון קארעא וועלן ווארשיינליך אויפגעבן קאמוניזם עווענטועל. אין קובא וועט דאס מעגליך פאסירן ווען די קאסטרא ברודערס (80 און 75 יאר אלט) וועלן שטארבן און דאס לאנד וועט איבערלאזן קאמוניזם צו קענען באנייען האנדל מיט אמעריקע. אין צפון קארעא איז דער עקאנאמישער מצב נישט גוט און אויב דאס וועט ווייטער אזוי אנגיין וועט דאס לאנד זיין געצוואונגען צו מאכן דראסטישע רעפארמען.

די שווערסטע צו שפעקולירן איז כינע, וויעטנאם, און לאאס וואו די עקאנאמיע איז במשך די יארן איבערגעארבעט געווארן אבער די פאליטישע סיסטעם איז פארבליבן אן איין פארטיי הערשאפט. כינע איז אנטשלאסן אז זי וועט נישט איבערמאכן די טעותים וואס מיכאיל גארבאטשאוו האט געטאן אין רוסלאנד און מיט אירע עקאנאמישע רעפארמען שטייט איר עקאנאמיע ביי זייער גוטע שטאפלען ווען אין דער זעלבער צייט איז פאראן א קאמוניסטישע פאליטישע סיסטעם וועלכע לאזט נישט קיין אפאזיציע צושטאנד קומען און די מידיע ווערט צענזורט.