ווערסיי אפמאך
דער ווערסיי אפמאך איז געווען דער שלום־אפמאך נאך דעם ערשטן וועלט קריג צווישן פינף לענדער: פראנקרייך, דייטשלאנד, בריטאניע, עסטרייך און די פאראייניקטע שטאטן. דער אפמאך איז איינגעאָרדנט געווארן ל' סיון ה'תרע"ט (דעם 28סטן יוני 1919) אין דער שטאט ווערסיי Versailles, פראנקרייך, אָן דעם באטייליקונג פון דער דייטשער רעגירונג וואס האט בלויז געדארפט אונטערחתמענען דעם קאנטראקט. דער אפמאך האט געענדיגט די מלחמה צווישן די אליאירטע כוחות און דייטשלאנד. די אליאירטע (אמעריקע, בריטאניע א.א.וו.) האבן זיך צוזאמען גענומען און מען האט דארט ארויפגעצוואונגען דעם אפמאך אויף דייטשלאנד צוזאמען מיט אלע צענטראלע כוחות וואס האבן אונטער געשריבן די קאפיטולאציע קעגן זייער ווילן.
צוזאמען מיטן טריאנאן אפמאך און אנדערע אפמאכן האבן זיי געטוישט די מאפע פון אייראפע בפרט און פון דער וועלט בכלל, נישט אויף צום גוטן פון די צענטראלע כוחות, און בפרט איז דאס נישט גוט אויסגעוקמען פאר דייטשלאנד.
דאן האט מען צעברעקלט די גאנצע עסטרייך אונגארישע אימפעריע און אזוי אויך האט מען צוגענומען דעם גאנצן זיבנבערגן געביט און דאס איבער געגעבן פאר רומעניע וואס דאס האט אנגעהאלטן בערך ביז 1940, הגם עס האט שוין אנגעפאנגען צו צעפאלן דער פלאן נאך אזוי פרי ווי אין די אנהייב 1920ער יארן.
לויט רוב פארשער און היסטאריקער, האט דער באליידנדיגער אורטייל פון ווערסיי צוגעפירט צו דעם אז די נאצי פארטיי און שפיץ פון היטלער, זאלן צוביסלעך מער און מער קומען צו דער מאכט (ווי אויך האלטן די פארשערס פון נאך פאקטארן צ.ב.ש. די גרויסע דעפרעסיע, וואס די ארעמע ראסע האט אלץ אנגעהאנגען אין דעם איד).