לדלג לתוכן

פירוש המשניות פונעם רמב"ם

פֿון װיקיפּעדיע

דער פירוש המשניות להרמב"ם איז איינע פון חשובע פירושים אויף די משניות געשריבן דורכן רמב"ם אין יודישע אראביש און איבערגעזעצט געווארן אויף לשון קודש דורך זיבן באזונדערע מענטשן אין אנדערע תקופות.

די מערהייט פונעם ארגינעלן מאנוסקריפט איז נאך דא היינט צו טאג, א טייל אין דעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים און אן אנדער חלק אין דער באדליען ביבליאטעק פון אקספארד.

דער רמב"ם האט עס אנגעהויבן שרייבן אין זיינע צוואנציגער יאהרן, פאר בערך זיבן אדער צעהן יאהר, ווען ער האט געוואוינט אין פאס, מאראקא.

שפעהטער האט ער ארויסגעגעבן א צווייטע מהדורה וואו ער ציהט צוריק פון טייל פון זיינע פסקים אינעם ערשטן ווערסיע פונעם פירוש.

ער שרייבט א תמצית פון דער משנה און איז עס מבאר לויט באגריפן פון תורה שבכתב און די גמרא ביים סוף שרייבט ער א פסק הלכה לויט די נאמען פונעם תנא.

אינעם ארגינעלן פירוש האט ער אויך ערקלערט געוויסע ווערטער אדער זיי איבערגעטייטש אויף אראביש.

צווישן די שפעטערדיגע אחרונים זענען פארהאן וואס זאגן אז דער רמב"ם האט געשריבן די פסקים מער ווי א פירוש און נישט הלכה למעשה. אבער רוב ראשונים און אחרונים האבן עס יא אנגענומען אלס למעשה.

טייל זאגן אפילו אז ווען דער ראב"ד, וואס קריגט אסאך אויפן רמב"ם אין משנה תורה מיט זיינע השגות, וואלט ווען געזעהן דעם פירוש המשנה וואלט ער מודה געווען צו איהם. ווייל אינעם פירוש ווערט פארענטפערט אסאך פון זיינע קשיות.

דער רמב"ם האט עס נישט געגעבן קיין נאמען, נאר גערופן פירוש המשנה און אזוי איז עס אין אלגעמיין באקאנט. אזוי אויך אין די גמרות איז עס אריינגעדרוקט אונטערן פירוש המשניות להרמב"ם.

אין געוויסע קהילות פלעהגט מען עס אבער רופן כתאב א-סארג, וואס באדייט ספר המאור.

א באזונדערע חשיבות האט די הקדמות אינעם פירוש וועלכע זענען ווי א באזונדערע ספר.

אין דער הקדמה צו מסכת אבות שרייבט ער היסטארישע און פילאזאפישע ערקלערונגען איבער די השתלשלות פון די תורה שבעל פה, די טעמים פון מצוות, נבואה, גאט און אזוי ווייטער, וואס איז באקאנט מיטן נאמען שמונה פרקים להרמב"ם.

אין דער הקדמה צו פרק חלק אין מסכת סנהדרין שרייבט ער עניני שכר ועונש און די י"ג עקרים.

די הקדמות זענען אפט געדרוקט געווארן אין באזונדערע בענדער, טייל מאל מיט ביאורים.

צוליב וואס פארשידענע מענטשן האבן זיך אפגעגעבן דערמיט און נישט אלע האבן אזוי גוט געקענט די מלאכה, איז דער פירוש וואס איז ערשיינט אין די ווילנער ש"ס'ן נישט אזוי בשלימות.

אין יאהר תשכ"ג האט רבי יוסף קאפח אנגעהויבן ארויסגעבן אן אייגענעם איבערטייטשונג לויטן כתב יד מיט די הוצאה פון מוסד הרב קוק. אין ה'תשס"ט האט הרב עזרא קורח ארויסגעגעבן א פרישן פירוש דורך מכון המאור.

נאך עטליכע איבערזעצונגען זענען געמאכט אויפן פארלאנג פונעם רשב"א און דער מאירי.

די ערשטע העברעאישער דרוק איז געדרוקט געווארן אין נאפאלי אין יאהר ה'רנ"ב.