סדר קדשים
מראה
סדר קדשים, דער פינפטער סדר פון משניות, איז כולל 11 מסכתות. קדשים איז טייטש הייליגע זאכן, רוב מסכתות אין דעם סדר האבן צו טון מיט קרבנות.
דער סדר איז צעטיילט אין די פאלגנדע 11 מסכתות:
- מסכת זבחים וואס רעדט וועגן קרבנות פון בהמות און עופות
- מסכת מנחות וועגן קרבנות פון מעל
- מסכת חולין וועגן שחיטה, בשר בחלב און נאך ענינים
- מסכת בכורות וועגן בכורות פון בהמות און פון מענטשן, און וועגן מעשר בהמה
- מסכת ערכין וועגן איינער איז מנדר זיין "ערך", און אויך וועגן דינים פון הקדש
- מסכת תמורה וועגן מאכן תמורה פון א קרבן
- מסכת כריתות וועגן ווער איז חייב כרת אדער א קרבן חטאת
- מסכת מעילה וועגן דינים פון מעילה און האבן הנאה פון הקדש זאכן
- מסכת תמיד וועגן דער עבודה אינעם בית המקדש
- מסכת מדות וועגן דעם בית המקדש
- מסכת קנים וועגן קרבנות פון עופות וואס זענען געווארן אויסגעמישט
אויף רוב מסכתות איז דא גמרא נאר בבלי. אויף די ערשטע פרקים פון תמיד איז דא א גמרא צוזאמענגעשטעלט פון אנדערע מסכתות; אויף מדות און קנים איז בכלל נישט דא קיין גמרא.
דרויסנדיגע פארבינדונגען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מסכתות פון ששה סדרי משנה | ||
---|---|---|
זרעים | ||
מועד | ||
נשים | ||
נזיקין | ||
קדשים | ||
טהרות | ||
ב – א מסכתא וואס האט תלמוד בבלי י – א מסכתא וואס האט תלמוד ירושלמי |