מסכת חולין
מראה
מסכת חולין איז די דריטע מסכתא פון סדר קדשים אין משניות, די מסכתא האנדלט ארום דיני בהמה וואס זענען נישט קרבנות (חולין).
זי האט 12 פרקים, און 142 דפים גמרא אין תלמוד בבלי.
נעמען פון די פרקים אין דער מסכתא
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- הכל שוחטין - דיני שחיטה.
- השוחט - דיני טריפות.
- אלו טרפות – דיני סימני הטהרה אין בעלי חיים טהורים.
- בהמה המקשה – דיני אכילת עובר בהמה וואס געפינט זיך נאך אין די בויך פון די מאמע בשעת איר שחיטה.
- אותו ואת בנו – דיני איסור שחיטת א מאמע און א קינד אין די זעלבע טאג.
- כסוי הדם – דיני מצוות כיסוי דם.
- גיד הנשה – דיני איסור פון עסן די גיד הנשה.
- כל הבשר – דיני בשר וחלב צועסן צוזאמען.
- העור והרוטב – דיני טומאת מאכלים בבשר בהמה שחוטה.
- הזרוע והלחיים – דיני הזרוע, הלחיים והקיבה (ממתנות כהונה).
- ראשית הגז – דיני מצוות ראשית הגז.
- שילוח הקן – דיני מצוות שילוח הקן.
אינהאלט פון דער מסכתא
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מסכת חולין אנטהאלט, די דיני בהמה, וואספארא בהמות, וועלכע חלקים, ווי אזוי, און מיט וואס, א איד מעג עסן.
די זיבעטע און אכטע פרקים זענען פון די יסודות פון הלכות איסור והיתר וועגן דעם רופט מען אן מסכת חולין, מסכת "כלל גדול" (ברכי יוסף יורה דעה סימן רמו).
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- משנה, מסכת חולין פון דעם וועבזייטל "סנונית"
- תוספתא, מסכת חולין פון דעם וועבזייטל "סנונית"
- תלמוד בבלי, מסכת חולין פון דעם וועבזייטל "סנונית"
מסכתות פון ששה סדרי משנה | ||
---|---|---|
זרעים | ||
מועד | ||
נשים | ||
נזיקין | ||
קדשים | ||
טהרות | ||
ב – א מסכתא וואס האט תלמוד בבלי י – א מסכתא וואס האט תלמוד ירושלמי |