פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 דעצעמבער 12
מראה
- כ"א כסליו, יום ההצלה פון סאטמאר רבי ר' יואל טייטלבוים זי"ע וואס איז היינט באפרייט געווארן פון די נאציס נעגל דורך די ציונים, ווערט אפגעצייכענט און געפייערט אין אלע סאטמארע צענטערן איבער די גארער וועלט; מיט 2 הויפט צענטראלע מעניפאסטיציע אווענטען פון מאסן און פאוער צווישן די 2 ברודער, זיינע נעפיוס, ר' אהרן טייטלבוים VS. ר' זלמן לייב טייטלבוים שוידאון אין וויליאמסבורג. - גוגעל ווידיאו קליפ ווי די ארונים זינגען חסדי ה'.... [1]
- אינטערנעט טעכניק אין מאניפעסטיציע פאר אידישקייט: איבער 2,500 קינדער פון חב"ד שליחים איבער די גארער וועלט פייערען צוזאמען ראש השנה לחסידות, פארבינדען אויפן וועב. [2]
- פאליצייאישער קאר עקסידענט אין בארא פארק - בילדער. [3]
- אוסם נעמט אראפ הכשר פון ביד"ץ עדה החרדית פון געוויסע במבה פעקלעך, כדי ארויפלייגן א בילד און פראומאושען פאר א אויפטריט פון א פאפולערע אומצניעותדיגע אקטאריסקע און מאדעלקע, יעל בר זוהר, פון ארץ ישראל. [4]
- ערפארט אין סיאטעל וואשינגטאן נעמט אראפ קרייצמעך ביימער נאך פארלאנג פון רב צו אויך אויפשטעלן מנורה. [5]
- זשאן מעקעין שימפט קעגן איראן אין ישיבה אוניווערסיטעט אויפטריט. [6]
- איראן: די האלאקאסט קאנפערענץ איז נישט צו לייקענען אדער באשטעטיגן דעם פאקט איבער די אויסראטונג פון 6 מיליאן קדושים. דאס איז איינפאך א געלעגנהייט צו געבן פרייהייט פון אויסדרוק פון ווארט פאר חורבן לייקענער אדער אנדערע קאנטראווערסיאלע גרופעס ווי די קו קלעקס קלען און נטורי קרתא זיי זאלן לאזן הערן זייער מיינונג אן קיין שרעק פון קיין שטראף פון זייערע מדינות וואס זיי וואונען דערין, וואס איז נישט ערלויבט פרייהייט פון ווארט איבער דעם ענין. [7]
- אהוד אלמערט זאגט פאר די וועלט: ארץ ישראל האט נוקלארע וואפן זיך צו ספראווען מיט איראן. [8]
- איראן: נייע טעקסי קאמפאני גרידנט זיך צו סערווירען בלויז פרויען דורך בלויז פרויען דרייווערס. [9]
- ידיעות אחרנות באשרייבט די סקאנדאל פון דער טרעפונג פון וויליאמסבורג בעל חסד, ר' ברוך מאשקאוויטשס פארשטארבן ברודער געזונט און שטארק נאך פופציג יאר וואס די ארץ ישראל שפיטאל האט אים ערקלערט טויט ביים געבורט. זיי שרייבן אויך אז [[משפחה (מאגאזין) גרייט אן אן א לענגערע ארטיקל וויאזוי און וואס פונקטליך האט דא פאסירט. [10]
- קרוין הייטס: 2 מיידלעך באלעסטיגט אין היסטארישע געפלאגטע רעזידענס געביידע. [11]
- מאנסי: פעדעפייל אנטלויפט נאכן וועלן אריינכאפן 10 יאריג קינד אין קאר, בשעת ער ווארט פאר באס. [12]
- וויען וועט צוריק עפענען אידישען גימנאסיום וואס די נאציס האבן פארשלאסן. [13]
- נייער געזעץ פארגעשלאגן דורך לינקע חבר הכנסת צו פארבאטען און מאכן אומלעגאל איבערעדן איגענטליכער אונטער 18 יאר צו אידישקייט אדער סיי וואס אנדערע מיסיאנערישע אקטיוויטעטן אויף זייערע אינגע מוחות. [14]