יחיאל יהושע ראבינאוויטש
געבורט | 1900 | |
---|---|---|
טויט | 14 פעברואר 1982 (אלט 82 בערך) | |
מדינה | ישראל | |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים | |
פאך | רב | |
רבי יחיאל יהושע ראבינאוויטש (ה' טבת ה'תרס"א - כ"א שבט ה'תשמ"ב), באקאנט מיטן נאמען פון זיין ספר אלס דעם חלקת יהושע, איז געווען ביאלער רבי און א מיטגליד פונעם מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.
יונגע יארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יחיאל יהושע איז געבוירן אין יאר תרס"א (1900) צו זיין פאטער רבי ירחמיאל צבי, וואס איז שפעטער געווארן רבי אין שעדליץ, פוילן, און צו זיין מאמען, א טאכטער פון רבי אריה לייביש עפשטיין, דער אזשעראווער רבי. צו פינף יאר איז ער געווארן פאר'יתומט פון זיין טאטן, און ער איז געהאדעוועט אין זיין זיידנס שטוב.
הרב ראבינאוויטש איז געווארן א תלמיד ביים גערער רבי'ן, רבי אברהם מרדכי אלטער (דעם "אמרי אמת").
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ביי צוויי און צוואנציג יאר איז הרב ראבינאוויטש צוריק קיין שעדליץ וואו ער איז געווארן דער ממלא מקום פון זיין פאטער אלס ביאלער רבי. ער האט אויפגעשטעלט אין שעדליץ א ישיבה פון הונדערטער בחורים.
ווען די נאציס זענען אריין אין שעדליץ ביים אינוואדירן פון פוילן אין 1939, איז הרב ראבינאוויטש אנטלאפן, מיט זיינע תלמידים און זיין משפחה, צום טייל פון פוילן וואס דער סאוועטן פארבאנד האט איינגענומען לויטן ריבענטראפ מאלאטאוו אפמאך. די סאוועטן האבן אים געשיקט קיין סיביר. אזוי ווי ס'איז נישט געווען דארט קיין מקוה, פלעג ער מאכן א לאך אין דעם אייז וואס האט באדעקט דעם טייך כדי צו טובלן זיך. אין תש"ב האבן א טייל פון זיינע קינדער באטייליגט אין דער נסיעה קיין ארץ ישראל דורך טעהראן. אין ה'תש"ז איז ער אליין ארויף קיין ארץ ישראל און האט זיך באזעצט אין דעם יד אליהו געגנט אין תל אביב-יפו. אין ה'תשט"ו האט ער זיך געצויגן קיין ירושלים וואו ער האט אויפגעשטעלט זיין בית מדרש. זיינע חסידים האבן אויפגעשטעלט א שטיבל און א ישיבה אין בני ברק.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיינע זין:
- הרב ירחמיאל צבי יהודה ראבינאוויטש, ביאלע־פשיסחער רבי
- הרב פינחס אליהו ראבינאוויטש, איידעם ביים אזשאראווער רבי'ן
- הרב יעקב יצחק ראבינאוויטש, ביאלער רבי אין רמת אהרן, בני ברק.
- הרב דוד מתתיהו ראבינאוויטש, ביאלער רבי בני ברק.
- הרב בן ציון ראבינאוויטש, ביאלער רבי און אב"ד לוגאנא, אן איידעם ביי הרב אברהם משה באב"ד, סונדערלאנדער רב.
זיינע אייניקלעך:
- הרב שמחה ראבינאוויטש, מחבר פון "פסקי תשובות".
תלמידים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- הרה"צ רבי ניסן יהודה כהן ירושלים, נווה צבי-שכונת הבוכרים קווארטיל. ונוח אסאעך תלמידים.