ריבענטראפ מאלאטאוו אפמאך
מראה
דער ריבענטראפ מאלאטאוו אפמאך, איז דער אפמאך צווישן נאצי דייטשלאנד, און סאוויעטן פארבאנד מיט רוסלאנד, אונטער געשריבן אין יאר 1939, ערב די צווייטע וועלט מלחמה.
אונטער געשריבן, דורך די צוויי אויסערן מיניסטארן, פון די אויבן דערמאנטע צוויי לענדער, יאאכים פאן ריבענטראפ, און זיין רוסישער קאלעגע וויאטשעסלאוו מאלאטאוו.
צווישן אנדערע, ווערט דארט אונטערגעשריבן א נישט אגרעסיע אפמאך צווישן די צוויי לענדער, אן אפמאך וואס האט אנגעהאלטן ביז 1941, ווען דייטשלאנד האט אטאקירט רוסלאנד, אין אפעראציע בארבאראסע.
ווי אויך איז דער צוטיילונג פון פוילן באהאנדעלט געווארן ביים אפמאך.