יוסף מאיר כהנא

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יוסף מאיר כהנא (ה'תר"ע - ח' שבט ה'תשל"ח) איז געווען דער ספינקער רבי אין ירושלים.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יוסף מאיר איז געבוירן געווארן אין רומעניע, אין יאר ה'תר"ע, צו זיין פאטער רבי צבי הירש כהנא, וואס איז געווען אן אייניקל פון רבי יוסף מאיר ווייס, גרינדער פון ספינקער חסידות, און נאך וועמען ער הייסט, און צו זיין מוטער מרת מירל גאולה, טאכטער פון רבי ברוך רובין, דער קאלאמאייער רבי. ער האט געהייראט מרת מלכה, טאכטער פון רבי יצחק טייטלבוים פון האסאקאוו (אן אפצווייג פונעם סיגעטער חסידות.). נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין דער שטאט אונגוואר, נאענט צו זיין שווער. אין פארלויף פון צוויי יאר האט ער געדינט אלס רב אין א דערנעבנדיגן שטעטל, און שפעטער האט ער געעפנט א ישיבה אין אונגוואר.

זיין באבע מרת שרה שלאמצע (זיין מאמע'ס מאמע), איז ארויפגעקומען אין די 30ער יארן פונעם פארגאנגענעם יארהונדערט קיין ארץ ישראל אליין, איבערלאזנדיג איר מאן און אירע קינדער אין אייראפע. מיט דער אויסברוך פון דער צווייטער וועלט קריג, האט זי געשיקט א מעלדונג פאר אירע אייניקלעך, פארשפרעכנדיג ערלעדיגן פאסיגע סערטיפיקאטן און אונטערלאגען פאר ווער ס'איז וויל, פון אירע אייניקלעך ארויפקומען קיין ארץ ישראל. רבי יוסף מאיר האט אנגענומען דער איינלאדונג. אין משך פון צוויי יארן האט זי געטון השתדלות און פראבירט צו פארשאפן סערטיפיקאט פאר אים, דערקלערנדיג אז ער איז איר איידעם, ווען ענדליך איינער פון די מיטגלידער פון דער אגענטור, וועלכער איז געווען א זידיטשאווער חסיד האט איר געזען, און ווען ער האט געהערט אז זי איז א טאכטער פון רבי מנחם מענדל פון זידיטשוב האט ער זיך באזארגט צו ערלעדיגן פאר איר אייניקל אלע נויטיגע דאקומענטן. אייר ה'תשי"א איז ער אנגעקומען אין ארץ ישראל, געציילטע וואכן פאר דער פארטרייבונג פון די פרעמדע בירגער פון אונגוואר צום פוילישן גרענעץ. נאר איינציגע האבן איבערגעלבט, די מערהייט זענען ל"ע געשטראבן פון הונגער און פארשידענע קראנקייטן און די איבעריגע זענען אומגעברענגט געווארן דורך די נאציס. אין ארץ ישראל, אין פארלויף פון צוויי יארן, האט רבי יוסף מאיר געדינט אלס א רב פון וויזשניצער בית מדרש אין דער ווערנער הייזער געגנט. ער האט געוואוינט אין שכונת הבוכרים געגנט און שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגן אין מאה שערים געגנט. אין יאר ה'תש"ה האט ער געעפנט א שוהל אין דער נחלת שבעה געגנט, און האט אנגעהויבן דינען אלס ספינקער רבי. ווען די אומאפהענגיקייט מלחמה האט אויסגעברויכן, איז ער אנטלאפן פון זיין שטוב וואס פלעגט זיך געפינען ביים גרענעץ מיט יארדאניע, צו די דרומ'דיגע געגנטער פון ירושלים, און נאך דער קריג האט ער זיך צוריקגעקערט קיין מאה שערים און האט אויפגעשטעלט און באזירט זיין בית מדרש פונדאסניי.

ער האט אדאפטירט דעם ירושלימ'ער לבוש און איז געווען נאענט צו דער עדה החרדית און סאטמאר, אבער גלייכצייטיג איז ער אויכעט געווען נאענט צו אגודת ישראל, בעלזא, און וויזשניץ.

ח' שבט ה'תשל"ח נאך זיין פטירה, איז זיין עלטסטער זון רבי מרדכי דוד באקרוינט געווארן רבי.

זיינע קינדער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • רבי מרדכי דוד, דער בכור און דער עמטליכער ממלא מקום פון זיין פאטער, דער ספינקער רבי אין ירושלים, זיין בית המדרש איז אין דער סאלאנט גאס (תר"ץ - כ"ד תמוז תשע"א).
  • רבי אלטער כהנא, פלעגט דינען אלס זידיטשאווער רבי אין דער מקור ברוך געגנט אין ירושלים.
  • רבי ברוך כהנא, פירט א רעביסטווע אין אנטווערפן
  • רבי יצחק אייזיק כהנא, דיין און מו"צ בביה דינא רבא פון העדה החרדית און רב פון קהל "מנחת יצחק" אין דעם בראכפעלד באצירק, אין מודיעין עילית.
  • מרת רבקה לאה, ווייב פון רבי מרדכי שטיין, דער פאלטיטשאנער רבי.
  • ווייב פון רבי יהושע ראזנבערגער, דיין אין עדה החרדית און רב פון דער קרית רמ"א געגנט אין בית שמש.
  • רבי משה נחמן, דינט אלס א מגיד שיעור אין בעלזער ישיבה.
  • מרת חיה טויבא, ווייב פון רבי רבי אהרן מרדכי רוטנער, א דיין אין דעם בעלזער בית דין "מחזיקי הדת".
  • ווייב פון רבי מרדכי דוב טייטלבוים, דער האסאקאווער רבי.