צבי הירש כהנא

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי צבי הירש כהנא (נפ' סיון תש"ג) איז געווען אן אדמו"ר אין ספינקא, רומעניע.

רבי צבי הירש איז געבוירן צו זיין פאטער, רבי נחמן כהנא, ספינקער רבי, און זיין מוטער, צירל ווייס, א טאכטער פונעם "אמרי יוסף" פון ספינקא.

בסוף ימיו פון זיין זיידן פלעג ער פארליינען פאר אים די קוויטלעך.

רבי צבי הירש האט חתונה געהאט מיט מרת מירל גאלא, די טאכטער פון רבי ברוך רובין פון בריזדאוויץ.

ער איז אומגעקומען דורך די נאציס חודש סיון תש"ג.

זייערע קינדער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • רבי נחמן כהנא, ספינקער רבי פון בני ברק.
    • רבי משה אליקים בריעה, ספינקער רבי אין בני ברק.
    • רבי מנחם מענדיל, ספינקער רבי אין לאנדאן.
    • רבי אשר ישעי', ספינקער רבי אין קרית יואל.
    • רבי אלימלך, (י"ד אדר ב' ה'ת"ש - י"ט תמוז ה'תשס"ב) ראש הכולל זידיטשויב בני ברק.
    • רבי ברוך, קארלסבורג'ער רבי אין וויליאמסבורג.
    • רבי משה ראטענבערג, וואידיסלאווער רב אין בורו פארק, (זיין פטירה יום הקדוש התשע"ח), זון פון רבי ישכר בער פון וואידיסלאוו, און אייניקל פון רבי שלום שאצער פון לאנדאן.
    • רבי נפתלי אשר ישעי' מאסקאוויטש, מעליצ'ער רבי אין אשדוד, אייניקל פון רבי שלום שאצער פון לאנדאן.
    • רבי מרדכי דוד, איידעם ביי ר' משה מנחם הערשטיק, דער בכור און דער עמטליכער ממלא מקום פון זיין פאטער דער ספינקער רבי, וואס פירט א בית המדרש אין דער סאלאנט גאס אין ירושלים.‏[1]
      • רבי אברהם יצחק כהנא אדמו"ר מספינקא ירושלים, באקרוינט געווארן ביי דער לווי'ה דורך זיין פעטער רבי יהושע ראזנבערגער חבר הבד"ץ העדה החרדית ירושלים.
      • רבי שלמה שמואל כהנא איידעם פון רבי אליעזר זאב ראזנבוים פון ראחוב
      • רבי אליעזר ליפא, ראש כולל ספינקא דרכי דוד.
      • רבי חיים יהודה, אב"ד ספינקא קאנאדע.
      • רבי ראובן צבי, אב"ד שומע תפילה ירושלים.
      • רבי משה מנחם, אב"ד סערעדנא בני ברק.
    • רבי אלטער כהנא, (ה'תרצ"ט - י"ח שבט ה'תשס"ט) זידיטשויב-ספינקער רבי איןירושלים.
      • רבי צבי הירש כהנא, זידיטשויב-ספינקער רבי אין ירושלים (נפטר ט"ו שבט תשע"ה), אן איידעם פון רבי נפתלי האלבערשטאם פון טשאקאווא.
    • רבי ברוך כהנא, פירט א רעביסטווע אין אנטווערפן, איידעם פון רבי יענקאלע פון פשעווארסק.
    • רבי יצחק אייזיק כהנא, דיין און מו"צ בבי דינא רבא פון העדה החרדית.
    • מרת רבקה לאה, ווייב פון רבי מרדכי שטיין, דער פאלטיטשאנער רבי.
    • ווייב פון רבי יהושע ראזנבערגער, דיין אין עדה החרדית און רב פון דער קרית רמ"א געגנט אין בית שמש.
    • רבי משה נחמן, דינט אלס א מגיד שיעור אין בעלזער ישיבה.
    • מרת חיה טויבא, ווייב פון רבי רבי אהרן מרדכי רוטנער, א דיין אין דעם בעלזער בית דין "מחזיקי הדת".
    • ווייב פון רבי מרדכי דוב טייטלבוים, דער האסאקאווער רבי.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. פטירה פון אדמו"ר מספינקא ירושלים