ברוך רובין

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי ברוך רובין זצ"ל (ח' אדר ב' ה'תרכ"ד - ל' כסלו ה'תרצ"ו), פון בריזדאוויץ.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי ברוך'ל איז געבוירן אין דאמבראווא דינסטאג נאכט ח' אדר ב' ה'תרכ"ד, צו זיין פאטער הרב מאיר רובין, פון גלוגוב, א זון פון הרב מנחם מענדל רובין פון גלוגוב, (אן איידעם פון הרב מאיר ראטטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים), א זון פון הרב אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ. און צו זיין מוטער מרת מירל גאלא א טאכטער פון הרב יוסף אונגאר

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

נאך זיין חתונה איז רבי ברוך'ל געווען אין מיקאלייעוו ביי זיין שווער, ער האט פארברענגט מיט זיין שווער צוויי שטונדן יעדען טאג צו פארשרייבן זיינע דברי תורה.

רבי ברוך'ל האט נאך אריין געכאפט צו זיין ביים צאנזער רב, און איז געווען א באליבטער תלמיד פון שינאווער רב.

אין יאר ה'תרנ"ה איז רבי ברוך'ל געווארן רב אין בריזדאוויץ אין אומגעבונג פון זידיטשוב, זיין שווער האט געגעבן אן הבטחה (צוגעזאגט) אזוי לאנג ווי רבי ברוך'ל וועט דארט זיין וועט נישט אויסברעכן קיין פייער אין שטאט.

ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי ברוך'ל אנטלאפן קיין דעעש, אין יאר ה'תרע"ז האט ער זיך באזעצט אין סאמאש-איואר און איז דארט געווען באקאנט אלס קאלאמייער רבי.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי ברוך'ל איז נפטר געווארן ל' כסלו ה'תרצ"ו.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

זונטאג כ"ה תמוז ה'תרכ"ט - אין עלטער פון פינף יאר - איז רבי ברוך'ל געווארן פארלויבט מיט אין נאכהער געהייראט מרת שרה שלאמצא א טאכטער פון הרב מנחם מענדל אייכנשטיין, א זון פון הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין פון זידיטשוב. זייערע קינדער:

  • מרת נחמה מינדל הי"ד, די ווייב בזיווג ראשון פון הרב משה פרישערמאן (ה'תר"ע (אומגעפער) - ח' אדר ה'תשל"ד), פון טאמאשאוו.

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • שארית ברוך

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר