לדלג לתוכן

יעקב ישראל ישורון רובין

פֿון װיקיפּעדיע

רבי יעקב ישראל ישורון רובין הי"ד (ל' כסלו ה'תרמ"ה - ט"ו סיון ה'תש"ד), פון סאסרעגן.

רבי יעקעלע איז געבוירן אין זידיטשוב ל' כסלו ה'תרמ"ה, צו זײַן פאָטער הרב ברוך רובין, רב אין בריזדאוויץ, אַ זון פון הרב מאיר רובין, פון גלאגאוו, אַ זון פון הרב מנחם מענדל רובין פון גלאגאוו (אַן איידעם פון הרב מאיר הלוי ראטנבערג פון אַפּטא, דער אור לשמים), אַ זון פון הרב אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ. און צו זײַן מוטער מרת שרה שלאמצא אַ טאָכטער פון הרב מנחם מענדל אייכנשטיין, אַ זון פון הרב יצחק אײַזיק אייכנשטיין פון זידיטשוב.

(נאָך רבי יעקעלע'ס געבורט האָט זײַן מוטער די יולדת געחלומט ווי איר זיידע רבי אייזיקל זידיטשובער האט זיך באוויזן צו איר, אין איר באפוילן א נאמען צוגעבן דאס קינד יעקב, ווייל ער וועט זיין א חכם, אויך איר שווער רבי ברוך'ל האט אזוי באפוילן, וועגן אן אייגענעם פראבלעם האבן די עלטערן זיך נישט געוואלט רעכענן דערמיט, אבער איר פאטער איז פלוצלונג אנגעקומן צום ברית, און ביים נאמען געבן האט ער געזאגט פון זיך אליין "ויקרא שמו בישראל יעקב ישראל ישורון").

(מיט דער צייט האט מען אים געריפן וישורון, מיט א "ו" פון אנפאנג, ער פלעגט זיך אונטערשרייבן יי"ו וועלכע באטרעפט די באקאנטע גימטריא, זעקס און צוואנציג).

אין עלטער פון ניין יאר האט רבי יעקעלע שוין געלערנט הלכות מליחה. אין יאר ה'תרס"ו האט ער באקומן סמיכה פון מהרש"ם, פון סטאניסלאווער רב, פון ערוגת הבשם, און נאך אנדערע.

אין יאר ה'תרס"ז איז רבי יעקעלע געווארן אויפגענימן רב אין סאליצא. אין יאר ה'תרע"ו איז ער געפאנגן געווארן דורך די רוסין, זיין מוטער האט געהאט אן אדיענץ מיט דעם קיסר פראנץ יאזעף און ביי אים אינטערווענירט וויאזוי אים צום באפריין. נאך זיין באפרייאונג איז ער אריבער קיין סאסרעגן די זידיטשובער חסידים האבן אים אויפגעשטעלט א הערליך בית המדרש.

רבי יעקעלע איז אומגעקומן אויף קידוש השם ט"ו סיון ה'תש"ד, הי"ד.

רבי יעקעלע האט געהייראט בזיווג ראשון מרת רעכיל א טאכטער פון הרב משה מאסקאוויטש, פון מאלדאוויא. זי איז נפטר געווארן אין יאר ה'תר"ע. זייערע טאכטער:

בזיווג שני האט רבי יעקעלע געהייראט מרת אלטא נחמה א טאכטער פון הרב חיים דאכנער, פון סערעט. זייערע קינדער:

  • מרת לאה הי"ד, די ווייב פון הרב יקותיאל יהודה גראס, רב אין שאגטאג.
  • חיים הי"ד, הענדל הי"ד, יוכבד הי"ד, רויזא בלומא הי"ד, רחל הי"ד, ברכה הי"ד, ברוך הי"ד, חנה הי"ד.
  • חיה רייצא הי"ד. מנוחה הי"ד.
  • הבתולה יוכבד הי"ד. הבתולה שפרינצא הי"ד. הרב אשר ישעיה הי"ד. הבחור שלום הי"ד. הבתולה חיה פעריא הי"ד.
  • מרת מירל גאלא, די ווייב פון הרב שבתי מייזליש, סארוואשער רבי פון ניו יארק.
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר