יוחנן סופר
רבי יוחנן סופר | ||
---|---|---|
ערלויער רב | ||
געבורט | י"ג טבת ה'תרפ"ג ערלוי, אונגארן | |
פטירה | י"ג אדר א' תשע"ו הדסה עין כרם, ירושלים לונגען אנטצינדונג | |
קבורה ארט | הר המנוחות | |
הויף ארט | קטמון, ירושלים | |
נאכפאלגער | ר' משה סופר | |
זיינע רביס | זיין פאטער הרב משה סופר זיין זיידע, הרב שמעון סופר אבד"ק ערלוי הרב יוסף אשר הלוי פאלאק | |
ספרים | "אמרי סופר" | |
פאטער | הרב משה סופר | |
מוטער | טושענע שיינפעלד | |
ווייב | מרים פאל |
רבי יוחנן סופר, אויך יוחנן שרייבער (י"ג טבת תרפ"ג - י"ג אדר א' תשע"ו) איז געווען דער ערלויער רב אין ירושלים. ער האט געפירט זיין הויף אויפן דרך פונעם חתם סופר, פון וועמען איז ער אן אייניקל ביים פינפטן דור. ער האט פארפאסט דאס ספר ״אמרי סופר״.
ער איז געווען א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב יוחנן סופר איז געבוירן געווארן י״ג טבת תרפ״ג אין ערלוי, אונגארן, צו זיין פאטער הרב משה סופר, דיין אין ערלוי, א זון פון הרב שמעון סופר, ערלויער רב, א זון פון הרב אברהם שמואל בנימין סופר, דער ״כתב סופר״, פרעשבורגער רב, א זון פון הרב משה סופר, דער ״חתם סופר״, פרעשבורגער רב, און צו זיין ווייב טושענא, א טאכטער פון הרב משה יוחנן שיינפעלד, מחבר פון ״נחלי מים״ און רב פון מיהאליפאלווא.
ער האט געלערנט אין דער ישיבה אין ווערפעלעט, אונגארן, ביי הרב יוסף אריה פאלאק, ראש ישיבה און שטאטס רב דארט. אויך האט ער געלערנט אין יארמעט ביי רבי אהרן דוד דייטש.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די קינדער פון רבי יוחנן סופר און זיין ווייב מרים, טאכטער פון רבי יעקב פאל, זענען:
- רבי משה סופר, איידעם פון רבי משולם אשכנזי, סטאניסלאווער רבי אין לאנדאן—ממלא מקום פון זיין פאטער
- רבי יעקב סופר, איידעם פון רבי מרדכי דאווידאוויטש—רב פון דער קהילה ״כתב סופר״ אין ביתר עילית
- רבי אברהם שמואל בנימין סופר—ערלויער ראש ישיבה
- רבי שמעון סופר—רב פון בית המדרש תורת משה אין צפת און רב פון בקעה, ירושלים
- רבי עקיבא מנחם סופר—רב פון דער ערלויער קהילה אין בני ברק, איידעם פון רבי יצחק יעקב ווייס, גאב"ד פון עדה החרדית
- רבי זלמן ישעיה דוד סופר— רב פון דער ערלויער קהילה אין בארא פארק
- רבי אהרן סופר— רב פון דער ערלויער קהילה אין אלעד
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- יהודה פריד, לעבנסגעשיכטע פונעם ערלויער רבי׳ן, אויף JDN וועבזייטל, י״ג אדר א׳ תשע״ו (אויף העברעיש)