שמעון סופר (ערלוי)
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם ערלויער רב. טאמער זוכט איר דעם רב אין קראקע, זעט שמעון סופר.
![]() | |
| געבורט |
10 מאי 1850 כ"ח אייר ה'תר"י פרעשבורג, אונגארן |
|---|---|
| טויט |
12 יוני 1944 (אלט 94) כ"א סיון ה'תש"ד אוישוויץ, נאצי דייטשלאנד |
| מדינה |
אונגארן, דייטשלאנד |
| טעטיקייט ארט | ערלוי |
| פאטער |
אברהם שמואל בנימין סופר |
הרב שמעון סופר (כ"ח אייר ה'תר"י; 1850 - כ"א סיון ה'תש"ד; 1944) איז געווען אב"ד און ראש ישיבה אין ערלוי, אונגארן.
ער איז געבוירן צו זיין טאטן דער כתב סופר א זון פון חתם סופר, און יאר ה'תר"י און ער האט דערלעבט א טיפן עלטער פון 94 יאר ביז ווען די דייטשן האבן איהם אומגעברענגט אין אוישוויץ, ווי ער איז נאך אריינגעגאנגען אין דעם גאז קאמער אויף די אייגענע פיס אן א שטעקן, כאטש ער איז שוין געווען אביסל פארעלטערט און די אויגן האבן אים שוין נישט געהעריג געארבעט דאן.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שמעון סופר איז געבוירן געווארן אין תר"י צו זיין פאטער הרב אברהם שמואל בנימין סופר, דער "כתב סופר" פון פרעשבורג. ער האט געלערנט אין דער פרעשבורגער ישיבה.
ווען ער איז געווען אלט 12 יאר האט ער געטראפן דעם צאנזער רב וואס איז דעמאלסט געווען אין א קורארט נישט ווייט פון פרעשבורג, און געבליבן דארט אויף שבת. ווען ער האט פארשפעטיגט שלש סעודות האט אים דער צאנזער רב געזאגט: ״מיר האבן געווארט אויף אייך, אבער ס׳איז געווארן שפעט האבן אונז זיך געמוזט וואשן״.
אין תר"ל האט ער געהייראט אסתר פריד פון קליינווארדיין. ער האט געלערנט אין קליינווארדיין אבער נאך צוויי יאר איז זיין ווייב נפטר געווארן, איבערלאזנדיק איין טאכטער.
נאכדעם האט ער געהייראט זיין שוועסטערקינד, א טאכטער פון הרב חיים שמואל בירנבוים, מחבר פון "רחש לבב", אן איידעם פון רבי עקיבא אייגער.
בזיווג שלישי האט ער געהייראט מרת מלכה אסתר, די טאכטער פון זיין פעטער רבי בנימין שלמה זלמן שפיצער פון ווין, אן איידעם פונעם חתם סופר. איינער פון זייערע קינדער איז געווען הרב משה סופר, ערלויער דיין און פאטער פון הרב יוחנן סופר, גרינדער פונעם ערלויער חסידות אין ירושלים.
ער איז געווען רב אין ערלוי העכער פון זעכציג יאר.
ער האט פארפאסט דאס שאלות ותשובות ספר ״התעוררות תשובה״.
זיין פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]בזיווג ראשון
בזיווג שני
בזיווג שלישי מרת מלכה אסתר בת הרב בנימין שלמה זלמן שפיטצער.
- הרב משה סופר (ערלוי)
- הרב יוחנן סופר
- משה סופר (ירושלים) היינטיגער ערלויער רבי. איידעם ביי הרב משולם ישכר אשכנזי פון לאנדאן
- הרב יוחנן סופר
- מרת רבקה געווען פארהייראט צו אליעזר יואל פאשקעס, זון פון מיכאל חיים פון מאקאווא
- הב׳ בן ציון הי״ד
- חוה לאה
- הינדא
- מרת בונא פארהייראט צו משה ארי׳ ראזענבערג
- שמעון אליעזר יואל
- שלמה צבי
- בריינדל פארהייראט צו יודא הערש ווידער
- לאה רייזל פארהייראט צו הרב יעקב דוד דאמב זון פון הרב ירחמיאל ישראל יצחק דאמב
- סערל מירל פארהייראט צו אפרים זלמן שווינדער
- חיים בן ציון
- יעקב יצחק
- אהרן פארהייראט צו פראדל טאכטער פון הרב משה בער בעק
- אברהם שמואל בנימין
- גיטל פארהייראט צו דוד זון פון הרב משה זילבער
- הרב משה יוסף פארהייראט צו מרת יוטא לבית היילברוין.
- אהרן אליעזר יואל איידעם ביי הרב נחום מאיר גערמאן
- הרב בערל טויבער זון פון עזריאל טויבער
- איידעם הרב חיים יעקב קאהן
