לדלג לתוכן

שמעון סופר

פֿון װיקיפּעדיע
שמעון סופר
געבורט 18 דעצעמבער 1820
בראטיסלאווא, עסטרייכער אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 26 מערץ 1883 (אלט 62)
קראקע, עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ציסלייטאניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב, פאליטיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם קראקעווער רב. טאמער זוכט איר דעם ערלויער רב, זעט שמעון סופר אבד"ק ערלוי.
הרב שמעון סופר, דער "מכתב סופר"

הרב שמעון סופר (י"ג טבת ה'תקפ"א - י"ז אדר ב' ה'תרמ"ג), רב אין מאטערסדארף און קראקא. באקאנט אלס דער מכתב סופר. הרב שמעון איז געווען א זון פונעם חתם סופר און איינער פון די גרעסטע רבנים אין דער עסטרייכער אימפעריע אין דעם צווייטן העלפט פונעם 19טן יארהונדערט.

רבי שמעון איז געבוירן אין פרעשבורג י"ג טבת ה'תקפ"א, צו זיין פאטער הרב משה סופר דער חתם סופר און צו זיין מוטער מרת שרל א טאכטער פון הרב עקיבא אייגער, רב אין פוזנא.

ביי די זיבעצן יאר האט ער געהייראט מרת מרים, א טאכטער פונעם גביר ר' דוב בער שטערנבערג פון קראלי.‏[1] נאך דער חתונה האט ער געוואוינט נאענט צו זיין פאטער אין פרעשבורג. אין תר"א, נאך זיין פאטערס פטירה, האט ער זיך געצויגן קיין קראלי, וואו ער האט געוואוינט צוויי יאר.

אין תר"ב איז ער געווארן רב אין מאטערסדארף, און אין תר"ך האט מען אים גערופן צו ווערן רב און אב"ד אין קראקע,‏[1] און ער האט געדינט אין דעם אמט 22 יאר ביז זיין פטירה.

אין תרל"ט איז ער געוועלט געווארן צו זיצן אין פארלאמענט אין וויען. ער איז געווען איינער פון די פירער פון דער "מחזיקי הדת" קהילה אין גאליציע.

רבי שמעון איז נפטר געווארן י"ז אדר ב' ה'תרמ"ג.‏[2]

רבי שמעון און זיין ווייב מרת מרים האבן געהאט די קינדער:

  • הרב עקיבא סופר (ה'תקצ"ט - ה'תרס"ב). ער האט געהייראט מרת לאה א טאכטער פון הרב חיים וואלף סג"ל לעווי, פון אפטא.
  • הרב יואל סופר (ה'תר"ז - ). ער האט געהייראט מרת חוה א טאכטער פון הרב יהודה ליב קאזמעריק.[4]
  • מכתב סופר