לדלג לתוכן

דזשעראלד פארד

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון זשעראלד רודאלף פארד)
דשעראלד רודאלף פארד
דער 38סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע
איינגעשוואוירן: 9טן אויגוסט 1974
ביז: 20סטן יאנואר 1977
פארגייער: ריטשארד ניקסאן
נאכפאלגער: זשימי קארטער
געבוירן: 14טן יולי 1913
געשטארבן: 26סטן דעצמבער 2006
געבורט ארט: נעבראסקא
ערשטע פרוי: עליזעבעט בלומער ווארען
פארטיי: רעפובליקאנער
וויצע פרעזידענט: נעלסאן ראקפעלער
אונטערשריפט:

דזשעראלד פארד (14טן יולי, 1913 – 26טן דעצעמבער, 2006) - א רעפובליקאנער פאליטיקער - איז געווען דער 38סטער פרעזידענט פון אמעריקע (1974 - 1977). דער איינציגסטער צו ווערן איינגעשוואוירען צום אמט אהן ווערן ערוועהלט.


דזשעראלד פארד איז געווען אן עקסידענטל פרעזידענט נאכדעם וואס פרעזידענט ריטשארד ניקסאן האט רעזיגנירט פון אפיס. פארד האט געבראכן רעקארד אלס דער פרעזידענט וועלכער איז נישט ערוועלט געווארן נישט פאר פרעזידענט און אויך נישט פאר וויצע פרעזידענט. פארד האט באקומען די וויצע פרעזידענטשאפט דירעקט פון פרעזידענט ניקסאן נאכדעם וואס ספיראו עגניו האט רעזיגנירט צוליב שטייער שווינדלערייען. פארד איז געווען א קאנגרעסמאן און איז אויסגעקליבן געווארן דורך קאנגרעס צו באקומען דאס בענקל.

פארד האט אויך נישט לאנג אנגעהאלטן אין אפיס. צוויי יאר אין זיין פרעזידענטשאפט האט אים געווארט א קאמפיין אין וועלכע ער איז געפאלן א קרבן צו די רעפובליקאנער פארטיי און האט שמאל פארלוירן צו דעם דעמאקראטישן קאנדידאט דזשימי קארטער. אבער טראץ זיין פערצופאליזם און פריע ארויסגאנג, איז ער באצייכענט געווארן אלס א פרעזידענט מיט אסאך ערייכונג אין אזא קורצע צייט.

צום מערסטן ווערט ער געלויבט פאר'ן העלפן היילן אמעריקאנער פאליטיק פון טיפסטן קאנפליקט אין די תקופה וועלכע האט זיך געצויגן עטליכע יאר ארום די דורכגעפאלענע מלחמה אין וויעטנאם און דערנאך די וואטערגעיט סקאנדאל. ווען פארד האט אדרעסירט דאס פאלק אין זיין ערשטע פרעזידענטליכע רעדע האט ער זעלבס זיכער אויסגערופן אז די נאציאנאלע קאשמאר איז פאראיבער און דערמיט אפיציעל גערופן דאס פאלק צו גיין פארביי די פאליטישע ריס און זיך פאראייניגן פאר א באנייטן צוקונפט.

פארד ווערט אויך געלויבט פאר זיין קאנטראווערסיאלע פארדאן אויף ריטשארד ניקסאן מיט וועלכע ער האט געברענגט די ענדע פון וואטערגעיט. די פארדאן איז באצייכענט געווארן אלס דער אקט וועלכע האט אים געקאסט די צווייטע טערמין.

זשעראלד פארד איז געבוירן דעם 14טן יולי, 1913 אין אמאהא נעבראסקא, מיטן נאמען "לעסלי לינטש קינג זשוניער" נאך זיין ביאלאגישן טאטן, וואס האט זיך גע'גט 16 טעג נאך זיין געבורטסטאג, פאר סטראשן צו הארגענען זיין מאמע, אים און איר העלפער.

אין יאר 1916 האט זיין מאמע נאכאמאל חתונה געהאט מיט זשעראלד רודאלף פארד, אין גרענד רעפידס מישיגען, זיין שטוף-טאטע האט דעמאלטס געטוישט זיין נאמען צו "זשעראלד רודאלף פארד זשוניער", די נאמען וואס ער איז פארבליבן מיט, אויף די די אפציעלע דאקומענטן האט ער נאך געהאט זיין אלטע נאמען ביז 19 יאר אלט, און יאר 1935.

אפילו נאכן אויסגעפונען ווער זיין ביאלאגישער טאטע איז, ביי די 14 יאר, און זיין ארגינעלער נאמען, איז ער פארט געבליבן מיט זיין נאמען "דשעראלד פארד" און ער איז ווייטער געבליבן וואוינען אין מישיגען.

ער איז אלע יארן געווען דאנקבאר צו דער יוגנט סקאוטינג גרופע וואס רופט זיך {Boy Scouts of America}

ער פלעגט יארן שפילן פוטבאל ביז ער האט עס אויפגעגעבן אריינצוגיין אין "יעיל אוניווערסיטעט". דורך זיין פרעזידענטאציע פלעגט ער דערמאנען פון ווי ער נעמט די שטארקייט זיך צו שלאגן פאר פאליסי אפילו אין די שווערסטע צייטן, ער איז געווען דער וועם אלע האבן ארויפגעקוקט דורך אויס די פוטבאל קאריער ער האט געווינען ביי זיין טים צו זיין די בעסטע שפילער און אפילו אין די שווערסטע שפיל אין 1934 האט ער אלעמאל געוויסט ווי זיך אן עצה צו געבן.

דורך וואשן געשיר פלעגט ער אויסצאלן זיין קאלעדזש, און אין 1935 האט ער אפגעזאגט זיינע אפערן פון די פוטבאל ליגעס צו גיין לערנען געזעץ אין יעיל. ער האט גראדואירט פון יעיל און 1941 {אינמיטן יעיל צומאל געווען א מאדעל} זיין פלאנען צו עפענען אן אדוואקאטן פירמע איז טאקע געשעהן אבער נישט פאר לאנג א קליין צעטעלע האט אלעס געטוישט, קריג האט אויסגעבראכען ווען יאפאן אטאקירט אמעריקא אין פארד באקומט אן איינלאדענונג צום מיליטער ער איז געווארן איינגעשריבען אין די נעווי. ביי די 29 האט פארד זיך אנגעשלאסן אין די נעיווי אין ברען פון דעם צווייטן וועלט קריג און נאך זיין טרענירונג האט ער געדינט אויף די יו-עס-עס מאנטערי אינעם פאציפיק. די מאנטערי איז געקומען אונטער אטאקע ביי די ענדע פון דער מלחמה אין וועלכע די שיף האט זיך כמעט איבערגעקערט און האט געקאסט די לעבנס פון 800 מאטראזן. פארד האט זיך באטראכט אלס מזל'דיג ווען ער האט פונקט יענעם אינדערפרי בעפאר די אטאקע פארלאזט די קאנטראל צימער און ארויס שעפן פרישע לופט, א באשלוס וועלכע האט אים געראטעוועט פון טויט נאכדעם וואס די קאנטראל צימער איז געטראפן געווארן.

אין יאר 1948 איז פארד ערוועלט געווארן פאר קאנגרעסמאן פון גרענד רעפידס מישיגען. ער האט אנגעהאלטן דעם אמט פאר 24 יאר, ווי ער האט זיך ערווארבן אלס דער הויז מיינאריטי פירער פון קאנגרעס. זיין העכסטע אמביציע איז געווען צו זיין דער הויז מיארעטי פירער, האפענונגדיג אז די הויז וועט איבערגענומען ווערן ביי די רעפובליקאנער. עטליכע יאר נאך די מלחמה (48') האט פארד געעפענט זיין ערשטע קאמפיין פאר קאנגרעסמאן און דורכאויס זיין קאמפיין האט ער געהייראט זיין פרוי מיט וועלכע ער האט געלעבט ביז'ן לעצטן טאג און געהאט 4 קינדער מיט איר. פארד האט געווינען דעם קאמפיין און האט אנגעהאלטן דעם זיץ פאר 24 יאר מיט 13 קאמפיינס אינדערצווישן.

דורכאויס זיינע יארן אין קאנגרעס האט ער זיך פארנומען מיט העלפן די מיליטער און איז געווארן באקאנט אלס דער פאליטישן וועלכער האלט איין זיינע צוזאגן. ער איז געוואקסן העכער אין ראנג דורך זיך אנשליסן אין פארשידענע קאמיטעס און אין 63' איז ער ערוועלט געווארן אלס דער מינאריטעט פירער פון קאנגרעס און איז באשטימט געווארן דורך דעם דעמאלטדיגן פרעזידענט, לינדאן דזשאנסאן, אלס א מיטגלידער אין די ווארען קאמיסיע וועלכע האט זיך אפגעגעבן מיט די אויספארשונג איבער פרעזידענט קענעדי'ס אנטענטאט.

פארד איז געווען מינאריטעט פירער אכט יאר און האט אינדערצייט זיך באפריינטעט מיט אסאך קאנגרעסלייט אויף ביידע זייטן פון הויז צוליב זיין אפענקייט און פערזענליכקייט. אבער פרעזידענט דזשאנסאן האט אים נישט געגליכן צוליב זיינע נאכאנאנדיגע אטאקעס קעגן זיינע פאליסיס און באהאנדלונג פון די קריג אין וויעטנאם. דזשאנסאן האט געלאזט פאלן שפאט ווערטער אויף פארד איבער זיינע פעאיגקייטן אבער האט נישט דערלעבט צו זען די אונטערשאצונג ווען פארד איז געווארן וויצע פרעזידענט און שפעטער פרעזידענט.

פארד איז אויך געווען א הויפט אנפירער אין אן אומסוקסעספולן פראבע צו אימפיטשן א ריכטער אין סופרים קארט צוליב אומלעגאלע פריוואטע ביזנעס.


אום אקטאבער דעם 10'טן 973' האט ניקסאנ'ס וויצע פרעזידענט, ספירא עגניו, רעזיגנירט פון אמט נאכדעם וואס ער איז באשולדיגט געווארן אין נעמען כאבאר אין זיינע יארן אלס גאווערנער פון מערילענד. עגנו האט רעזיגנירט ווען די סקאנדאל איז געווארן גרעסער און האט געמאכט א פלי בארגעין אין וועלכע ער האט באצאלט בלויז די שטייערן און אינטערעסט (10,000$) פון די סומעס געלטער וועלכע ער האט נישט איינגעגעבן אלס לעגאלע פארדינסטן און איז געשטעלט געווארן אויף פראבעישן פאר צוויי יאר. קריטיק האבן דעמאלט געזאגט אז עגנו איז גרינג אפגעקומען וויבאלד ער האט אין פאקט אנגעהאלטן מיט זיינע קרימינאלע אקטיוויטעטן אויך אלס וויצע פרעזידענט. יארן שפעטער האט עגנו זעלבס וויליג אריינגעשיקט א טשעק פון 266,482$ צו די מערילענד שטאַטס אוצר און דערמיט געענדיגט די פרשה.

ניקסאן האט זיך דאן געוואנדן צו קאנגרעס מען זאל אים אוסקלויבן א נייעם וויצע פרעזידענט און ביז ווייניגער ווי א מעת לעת איז דזשעראלד פארד באשטימט געווארן אלס דער קאנדידאט צו וועלכע ניקסאן האט צוגעשטימט. פארד האט באקומען זיין באשטעטיגונג פון סענאט א מאנאט דערויף אין וועלכע נאר 3 האבן געשטימט דערקעגן. אויך אין קאנגרעס האט ער באקומען א ברייטע באשטעטיגונג וועלכע האט געציילט 387 קעגן 35.

עס איז געווען די ערשטע מאל אין אמעריקע'ס היסטאריע וואס די 25'סטע אמענדמענט איז אריין אין קראפט פאר א וויצע פרעזידענט (עגנו איז אבער נישט געווען דער ערשטער וויצע פרעזידענט צו רעזיגנירן. דזשאן קאלהאן, אמעריקע'ס 8טער וויצע פרעזידענט האט אויך רעזיגנירט אבער איז געגאנגען פון זיין אייגענע ווילן און געלאפן אין די סענאט אנשטאט).

פארד איז געווען א וויצע פרעזידענט פון וועלכע ווייניג האבן געהערט וויבאלד די מידיא איז געווען זייער פארנומען מיט די וואטערגעיט סקאנדאל און זיין נאמען איז פשוט נישט ארויפגעשווימען. פארד זעלבסט איז געווען שטיל די גאנצע צייט איבער די סקאנדאל און האט שפעטער געזאגט אז איז געווען אנשטוישט אין ניקסאן פאר'ן באגיין אזעלכע מעשים.

אום דעם ערשטן אויגוסט 1974 האט פארד באקומען א טעלעפאן רוף פון טשיף אוו סטעף אלעקסאנדער העיג וועלכער האט אים געמאלדן אז פרישע באווייזן זענען ארויפגעשווימען אין דעם סקאנדאל און דער פרעזידענט וועט זיך נישט קענען ארויסדרייען דערפון. פארד האט דעמאלט געוואוינט אין זיין היים שטאט אין ווירדזשיניע ווילאנג דער וויצע פרעזידענט רעזידענט איז איבערגעמאכט געווארן אין וואשינגטאן. ווי פארד האט שפעטער פארציילט האט העג אים אריבערגערופן צו זיך אהיים און איבערגעגעבן די דעטאלן פון די נייע באווייזן, צולייגנדיג אז עס איז כמעט זיכער אז דאס וועט פירן צו אן אימפיטשמענט אדער רעזיגנאציע און ער דארף זיין גרייט אז זאכן וועלן זיך טוישן דראמאטיש און ער וועט ווערן פרעזידענט. פארד האט זיך דאן אנגערופן צו זיין פרוי "איך מיין אז מיר וועלן קיינמאל מער נישט וואוינען אין די וויצע פרעזידענט הויז!".

היסטארישע בילד ווי פארד ווערט איינגעשוואוירן אלס פרעזידענט, תיכף נאך ניקסאנס רעזיגנאציע.

אט אזוי איז טאקע געווען און ווען די פרישע טעיפס זענען געגאנגן פובליק איז קלאר געווארן אז ניקסאן איז אויך פערזענליך געווען פארמישט אין דעם סקאנדאל. ניקסאן האט געוואוסט אז קאנגרעס וועט זוכן אים צו אימפיטשן און ער וועט האבן ווייניג שאנסן דאס דורכצומאכן אין סענאט. געווען איז עס אוגוסט דעם 9'טן ווען ניקסאן האט זיך אויפגעשטעלט און געמאלדן דאס פאלק אז ער וועט רעזיגנירן פון אמט.

ניקסאנ'ס רעזיגנאציע איז געווען א באלדיגע (24 שטונדן פון זיין רעדע) און וויצע פרעזידענט פארד איז קורץ דערנאך איינגעשוואוירן געווארן אלס דער 38'סטער פרעזידענט אין א צימער אינעם ווייסן הויז. פארד האט באלד געגעבן א רעדע צום פאלק אין דערין געזאגט אז וויבאלד ער איז נישט ערוועלט געווארן דורכ'ן פאלק זאל מען אים באשטעטיגן מיט געבעטן. עטליכע טעג דערויף האט פארד אויסגעקליבן נעלסאן ראקעפעלער, א געוועזענער ניו יארק גאווערנער וועלכער איז עטליכע מאל געלאפן פאר פרעזידענט, אלס וויצע פרעזידענט.

פארד האט אויפגעשאקעלט אמעריקע א מאנאט אין זיין פרעזידענטשאפט ווען ער האט געגעבן ניקסאן א פארדאן און אים ריין געמאכט פון אלע קרימינאלע קלאגעס. פארד האט ערקלערט צום פאלק אז איינער מוז מאכן אן ענדע צו די פרשה ווייל אנדערש וועט זיך עס קיינמאל נישט ענדיגן און וויבאלד ער איז דער איינציגסטער וואס קען עס יעצט דורכפירן איז ער געצווינגן דאס צו טאן פאר די אינטערעסן פון דאס לאנד. אין די זעלבער רעדע האט פארד אויך פארגעשלאגן אן עמנעסטי פראגראם פאר די וואס האבן פארלאזט אמעריקע כדי צו קענען זיך ארויסדרייען פון גיין אין מלחמה אין וויעטנאם. דער פראגראם האט באפרייט די אלע פון קרימינאלע קלאגעס און איז פולקאם אריין אין קראפט ווען דזשימי קארטער האט איבערגענומען די אוועל אפיס.

די פארדאן איז געווען זייער קאנטראווערסיאל און דער ווייסע הויז פרעסע סעקראטאר האט רעזיגנירט אין פראטעסט. קריטיק האבן אנגעוויזן אז דאס איז געווען א שטילע אפמאך צווישן ניקסאן און פארד אין וועלכע ניקסאן האט דאס געבעטן פון פארד אלס א באלוינונג פאר'ן אים דערלאנגן די פרעזידענטשאפט. אין א בוך איבער די פרשה פון דעם באקאנטן דזשורנאליסט באב וואודווארד, שרייבט ער אז העיג האט געגעבן פארד דריי ברירות. 1) ניקסאן וועט זיך אליינס געבן א פארדאן און רעזיגנירן, 2) ניקסאן וועט פארדאנען אלע וואטערגעיט פארמישטע און רעזיגנירן, אדער 3) ניקסאן וועט בלויז רעזיגנירן מיט א פארזיכערונג פון פארד אז ער וועט אים פארדאנען שפעטער.

אבער וואו וואודווארד שרייבט האט פארד זיך נישט געוואלט פארפליכטן צו קיין איינע פון די דריי פארשלאגן כאטש עס זענען שוין געלעגן אויפ'ן טיש די לעגאלע פאפירן דאס צו ברענגן אין עפעקט. לויט וואודווארד איז די ניקסאן פארדאן געווען פון פארד'ס אייגענע ווילן. וויאזוי אימער, גלייבן היסטאריקער אז דער באשלוס איז געווען איינע פון די הויפט סיבות אין פארד'ס דוכגעפאלענע פרעזידענט קאמפיין.


פארד וועט אלס געדענקט ווערן אלס דער פרעזידענט וואס האט געהיילט די וואונדן פון לאנד וואס האט זיך געפלאגט פון די ניקסאן עפאכע, נאכן איינגעשוואירן ווערן האט ער אדרעסירט די לאנד, ווי ער האט געזאגט דעם באוואוסטן ארויסזאג:

"אונזער לאנדס לאנגער בייזער-חלום איז פאריבער" - {Our nation's long nightmare is over}.

אין 1977 דאס יאר איידער זיין טערמין איז פאריבער, איז ער געלאפן פאר א פולער טערמין פאר פרעזידענט, ער האט גענומען באב דאול, א סענאטאר פון קענסעס, אלס זיין וויצע-פרעזידענט קאנדידאט. ער האט פארלוירן די וואלן צו דשימי קארטער. ביי יענע וואלן האט פארד געהאט א ביטערע פריימערי פארמעסט קעגן ראנעלד רעיגן צו געווינען די רעפובליקאנע נאמיניעשן, רעיגן האט געהאט אנגעצויגן 45% דעלעגאטן ביי די קאנווענשן.

זיין מערסטע קאטראווערסיעלע שריט איז געווען, ווען ער האט באגנעדיקט ניקסאן. א מאכט וואס נאר א פרעזידענט האט, אז ער קען מוחל זיין סיי וועלעכער פארברעכער. טייל האבן איהם דעמאלטס קריטיקירט און חושד געווען אז ער האט געהאט א געהיימע פּאַקט מיט ניקסאן. פארד האט עס אלס שטארק אפגעלייקנט אז ער האט נישט געהאט קיין שום געהיימע דיסקוסיע מיט ניקסאן וועגן זיין פארדן. שפעטער האט פארד מודה געווען אז דער שריט האט איהם אנגעוואוירן די פרעזידענט וואלן וואס ער האט פארלוירן, ווייל די פאלק האט געהאט א שלעכט אויג אויף איהם.

אדמיניסטראציע און קאבינעט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מיט זיין איינשווערונג האט פארד באקומען ניקסאנ'ס קאבינעט אבער דורכאויס זיין קורצע צייט אין ווייסן הויז זענען רוב אויפגעטוישט געווארן מיט די אויסנאם פון סעקרעטאר אוו סטעיט הענרי קיסינגער און סעקרעטאר אוו טרעזשורי וויליאם סיימאן. פארד האט אריינגעשטעלט א שווארצן אלס סעקרעטאר אוו טראנספארטאציע וועלכער איז געווארן דער צווייטער שווארצער אין א פרעזידענט קאבינעט און דער ערשטער אין א רעפובליקאנער אדמיניסטראציע. פארד איז אויך געווען דער וואס האט אריינגעשטעלט דעם געוועזענעם פרעזידענט בוש אלס דירעקטאר פון די סי-איי-עי.

פארד האט באשטימט דאנאלד ראמספעלד אלס זיין טשיף אוו סטעף און א יאר דערויף אלס סעקרעטאר אוו דעפענס ווערנדיג דער יונגסטער אין די פאזיציע (43 יאר אלט). אויך אין יענעם הערבסט האט פארד אויפגעשאקלט זיין גאנצע קאבינעט אלס א צוגרייטונג פאר א בעסערע אויסזען אין די קומענדיגע וואל קאמפיין.

דריי מאנאטן נאכדעם וואס פארד איז איינגעשוואוירן געווארן איז פארגעקומען די מידטורם וואלן אין וועלכע די דעמאקראטן האבן פארמערט זייער מיאריטעט אין ביידע הייזער און האבן געהאט גענוג מיטגלידער צו קענען שטערן אפילו א פרעזידענטליכע וועטא. דעם מאכט האבן זיי טאקע שפעטער אויסגענוצט מערערע מאל און זענען אריין אין רעקארד אלס די קאנגרעס וועלכע האט דאס מערסטע געשטערט וועטאס זינט די קאנגרעס אין די צייטן פון פרענקלין פיערס אין די 850' יארן.


אינערן און אויסערן פאליסי

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פארד האט זיך געדארפט ספראוון מיט שווערע עקאנאמישע צייטן אין אמעריקע ווען אינפלאציע איז געוואקסן צו 7 פראצענט און האט אריינגעפירט די עקאנאמיע אין א מילדע רעסעסיע. פארד האט אדאפטירט א רייע פראגראמען צו ראטעווען דעם מצב, אריינגערכנט א גרויסע רעדוקציע אין פארדינסט שטייערן.

אין יענע צייטן האט זיך ניו יארק סיטי געפינען באנקראט און דער דעמאלטדיגער בירגערמייסטער אברעהעם ביעם האט פארפעלט זיין שתדלנות צו באקומען פעדעראלע הילף. אין רעאקציע האט די [ניו יארק] דעילי ניוס באשולדיגט פארד מיט שרייענדיגע העדליינס אז ער האט פארראטן ניו יארק.

אונטער פארד האט זיך די מלחמה אין וויעטנאם אפיציעל געענדיגט ווען די מיליטער האט דורכגעפירט אן עמוירדזשענסי עוואקואציע אין די שטאט סעיגאן וועלכע איז געגאנגן אונטער צפון וויעטנאם הערשאפט. די סצענע פון די עוואקואציע איז געווען כאאס ווען מארינען האבן ארויסגענומען פון דארט טויזענטער מענטשן, צווישן זיי אמעריקאנער דיפלאמאטן, און וויעטנאמער און אינטערנאציאנאלע פליטים זוכער.

פארד ווערט געגעבן טייל פון די קרעדיט פאר די סאוויעט יוניאן צוזאמענפאל מיט זיין אויסגערעכנטע באציאונגן צו רוסלאנד און כינע. פארד האט געברענגט די העלינסקי אפמאך מיט אייראפע אין וועלכע מענטשליכע רעכטן פארלעצונגן האבן אנגעהויבן ראקארדירט ווערן. דער אפמאך איז שפעטער גענוצט געווארן אין מזרח דייטשלאנד אויפצואווייזן די טונקלקייטן פון די קאמוניסטישע הערשאפט און האט געהאלפן אראפברענגן די בערלינער וואנט.

אונטער פארד און מיט זיין באשטעטיגונג האט אינדאנעזיע אינוואדירט מזרח טימאר אין א קאמף וועלכע האט געקאסט די לעבנס פון בערך 100,000 ביז 200,000 מענטשן אדער א דריטל פון דעם לאנד'ס באפעלקערונג. מזרח טימאר איז געווען א קאלאניע פון פארטוגאל און אמעריקע האט געגלייבט אז זי וועט פאלן צו קאמוניזם צוליב איר ווארימע שטיצע וואס זי האט באקומען פון כינע. פארד און זיין סטעיט סעקרעטאר, קיסינגער, האבן באשטעטיגט וואפן פארקויף צו אינדאנעזיע וועלכע האט אינוואדירט דאס לענדל און דערמיט געעפענט א לאנג יעריגע קאמף מיט די ארטיגע גורילע קעמפער. אינדאנעזיע האט אנגעהאלטן קאנטראל פון דעם לענדל ביז 1999 ווען עס איז געווארן זעלבשטענדיג.

פארד האט אויך געברויכט אויסשטיין א דורכגעפאלענע רעטונג'ס מיסיע אין קאמבאדיע אין וועלכע 41 סאלדאטן און מארינען זענען אומגעקומען ווען די רעטונגס מיסיע אט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אן אומזיסטיגע. קאמבאדיע איז דעמאלט איבערגענומען געווארן דורך אן עקסטרעמע קאמוניסטישע פארטיי באקאנט אלס די קאמער ראזש. די קאמבאדיענס האבן געפאנגן אן אמעריקאנער פראכט שיף מיט אירע מאטראזן אויף אינטערנאציאנאלע וואסערן און פארד האט באשטעטיגט א רעטונג'ס אקציע זיי צו ראטעווען. די אקציע איז געווען א דוכגעפאלענע ווען די מארינען האבן געלאנדעט אויף די נישט ריכטיגע אינזל און האבן געהאט אויסצושטיין שווערע פייער ביז זיי האבן געפינען די שיף. אויב דאס איז נישט גענוג געווען האבן זיי געטראפן די שיף ליידיג און עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז זייערע פארכאפער האבן זיי געלאזט גיין פריי נאך בעפאר די רעטונג'ס מיסיע האט זיך אנגעהויבן.


פארד האט דורכגעלעבט צוויי אטענטאט פארזוכן וועלכע האבן פאסירט 17 טעג אפגערוקט איינע פון די אנדערע. די ערשטע אטאקע איז פארגעקומען אין סאקראמענטא, קאליפארניע אום סעפטעמבער דעם פינפטן 75' דורך א יונגע פרוי וועלכע האט געפלאנט צו פארהאלטן פארד איבער א לאקאלע אישו מיט וועלכע זי איז געווען קריטיקל.

די פרוי האט אבער נישט באוויזן צו שיסן איר ביקס ווען א סיקרעט סערוויס אגענט האט דאס געשטערט. שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די קוילן זענען אפילו נישט געווען אין פלאץ און זי וואלט סייווי נישט געקענט שיסן.

17 טעג דערויף ביי א באזוך אין סאן פראנציסקא האט א צווייטע פרוי פרובירט שיסן דעם פרעזידענט אינדרויסן פון א האטעל. די פרוי איז געווען גייסטיש צערודערט און האט באוויזן אויסצושיסן איין קויל אין ריכטונג פונעם פרעזידענט אבער אן אנוועזענדער האט פארקירוועט איר האנט און די קויל האט נישט געטראפן דעם פרעזידענט נאר אריינגעפלויגן אין די האטעל פארצימער וואו איינער איז לייכט פארוואונדעט געווארן.

טראץ די צוויי אטענטאט פארזוכן האט פארד זיך נישט צוריק געהאלטן פון מאכן ערשיינונגן אין פובליק, זאגנדיג אז א פרעזידענט דארף קענען פארנעמען דעם געפאר און ברויך טרעפן די פובליק אפילו אונטער שווערע אומשטענדן.


76' פרעזידענטליכע וואלן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בעפאר'ן זיך פארמעסטן מיט א דעמאקראטישן קאנדידאט, האט פארד ערשט געברויכט אויסשטיין א רעפובליקאנער פארמעסט קעגן קאליפארניע גאווערנער ראנאלד רעיגן. רעיגן האט אטאקירט פארד איבער זיין רעקארד אין וויעטנאם און נאך עטליכע אישוס. פארד האט אויפגעגעבן דעם מעסיגן ראקעפעלער און גענומען אנשטאט סענאטאר באב דאול אויף זיין וויצע פרעזידענט טיקעט.

פארד האט געוואונען זיין פארטיי'ס נאמינאציע ביי די קאנווענשאן און איז אריין אין זיין צווייטע רונדע פארמעסט מיט דעם דעמאקראטישן קאנדידאט דזשימי קארטער, גאווערנער פון דזשארדזשיע. די קאמפיין איז נישט געגאנגן גרינג צוליב די וואטערגעיט פלעק וועלכע האט נאך אלץ נישט איבערגעלאזט די רעפובליקאנער פארטיי. אבער פארד איז נישט געווען ווייט הינטערשטעליג און א גאלאפ אנקעטע קורץ בעפאר די וואלן האט נאכאנאנד געוויזן אז ער האלט אן איין פראצענט אויבערהאנט.

אין די ענדע האט קארטער באזיגט פארד אין א שמאלע געווינס און פארד האט מיט דעם געענדיגט די פרעזידענטשאפט וועלכע איז אים צוגעטיילט געווארן.


קארטער האט געעפענט זיין איינשווערונג'ס אדרעס מיט א דאנק פאר פארד פאר זיין קוראזש אין אקטיוויטעטן מיט וועלכע ער האט געהיילט דאס פאלק. די צוויי האבן שפעטער אנגעקניפט א נאנטע באציאונג און האבן צוזאמען געארבעט אויף פארשידענע פראגראמען. ווען רעיגן איז ווידער געלאפן פאר פרעזידענט אין 80' האט ער ערנסט באטראכט פלענער צו נעמען פארד אויף זיין וויצע פרעזידענט טיקעט. די פארהאנדלונגן צווישן די צוויי קעמפן זענען אבער דורכגעפאלן און דער ערשטער פרעזידענט בוש האט דאס באקומען.


פארד האט אויפגעשטעלט זיין פרעזידענטליכע לייברעריע און מוזעאם, אין זיין היים שטאט גרענד רעפידס מישיגען.

פארד האט אנגעהויבן ליידן פארשידענע קרענק ווען ער איז געווען איבער די 90 און איז געשטארבן 26 סטן דעצעמבער 2006 אין עלטער פון 93 יאר. מיט דעם איז ער געווארן דער עלטסטער פרעזידענט און דריט עלטסטער וויצע פרעזידענט. ער איז אויך געווארן דער צווייטער לענגסטער "נאך פרעזידענט" פרעזידענט און איז געווען דער לעצטער לעבעדיגער מיטגלידער פון די ווארען קאמיסיע.

אום יאנואר דעם צווייטן 2007 האט פארד באקומען א פרעזידענטליכע באגרעבעניש צערעמאניע אין עהרע פאר זיין סערוויס. עס האבן אויפגעטרעטן דער ערשטער פרעזידענט בוש, זיין סעקרעטאר אוו סטעיט הענרי קיסינגער, א פראמינענטער דזשורנאליסט, און פרעזידענט בוש. פארד האט געהאט אן אפמאך מיט קארטער אז ווער עס וועט שטארבן ערשט וועט דער צווייטער רעדן אין זיין כבוד. קארטער האט פאקטיש נישט גערעדט דארט האט אויפגעטרעטן ביי א צווייטע צעראמאניע אין מישיגן א טאג דערויף.

אין ערע צו זיין טויט זענען די אמעריקאנער פינאנציעלע מארקעטס געווען געשלאסן דעם צווייטן טאג אין יאנואר (נאכן זיין געשלאסן אויך דעם ערשטן צוליב דער פייערונג פון דעם נייעם יאר.)